עס פירט זיך שוין אזוי אין אסא ךצייטונגען אז ענדע יאר מאכט מען באשרייבונגען פון וואס איז געווען די שטערקסטע נייעס דעם דורכגעלאפענעם יאר וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען וואס די חשובע שרייבער האלטן איז געווען די מערסטע אינטערעסאנטע און וואס האט געמאכט די שטערקסטע העדליינס.
אויך דער בלאט האט אזא מנהג שוין אז יעדע ערב סוכות אויסגאבע שרייבן זיי די געשעעניש פון יאר. מיר דא ווייסן דאך שוין וואס עס גייט דארט זיין אז די גרעסטע פאסירונג פון יאר איז געווען אז זיי האבן זיך געעפענט נייע מוסדות. וואס קען דען זיין א גרעסערע זאך ווי עפעס וואס האט צוטון מיט זיי?
איך קלער אבער אז די עקאנאמיע איז די שטערקסטע נייעס וואס בארירט כמעט יעדן יחיד און די אראפנידערונג פון די עקאנאמיע איז די נייעס וואס דאמינירט לעצטענס גאר שטארק און דאס דארף זיין די זאך פון יאר.
הויפט זייט » כל העולם כולו » געשעעניש פון יאר - תשס"ח
געשעעניש פון יאר - תשס"ח
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2491998
זאלי ביי די ציין דאקטאר
די אקענאמיע איז מיסתמא די געשעהניש פון יאר ווען מ'רעדט פון אלוועלטליכע ניייעס.
די געשעניש פון יאר אונעם אידישן וועלט איז:
דריי בחורים ארעסטירט אין יאפאן.
אדער די נייע אלוועלטליכע ערפארדבל חתונה תקנות.
פאר א אינטערסאנטן איבערבליק איבער די נייעס פונעם נארוואס פארלאפענעם יאר תשס"ח קוקט אריין אין אידישע וועלט ווי דער שריייבער 'קרעמער' מאכט א סך הכל פון די נייעס.
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=5628
לעבעדיגער, איך האב זייער הנאה געהאט פון די לינק וואס האסט דא צוגעברענגעט.