נאך די היסטארישע ווייסע הויז מיטינג היינט מיט ביידע פרעזידענט קאנדידאטן קומט ביינאכט די דראמאטישע נייעס אז די געשפרעכן זענען צוזאמגעפאלן, טראץ וואס ס'האט אויסגעזען פריער אין טאג אז מ'איז זיך שוין דורכגעקומען.
ס'ווערט געשאצט אז די רעפובליקאנער זענען דירעקט אינטערעסירט איבערצוברעכן די געשפרעכן כדי צו געבן פאר מעקעין א געהעריגן תירוץ זיך ארויסצודרייען מארגן פון די דעבאטע - כאטש ס'איז שטארק מעגליך אז מעקעין וועט נאך אלעם יא אנקומען.
----
אגב, דא איז א גוטער ארטיקל פון ניו יארק פאוסט וואס ברענגט ארויס זייער גוט וויאזוי מעקעין קען האבן געראטעוועט זיין קאמפיין דורך דעם שריט פון אפשטעלן זיין קאמפיין. אבער ער פארפעלט דעם וויכטיגסטן פונקט, וואס איך האב געשריבן אין א אנדער אשכול: אלעס ווענדט זיך אין וויאזוי ער וועט למעשה זיך ארויסשטעלן אין וואשינגטאן.