היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגז"ל פילעפף גייט ציברעכן לולבים

הגז"ל פילעפף גייט ציברעכן לולבים

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2490243

ארגינעלער » 26/9/2008 03:31

הגז"ל פילעפף שליט"א האט זיך געלאזט הערן,
אז יעדע לולב וואס מען גייט אים קומען ווייזן אין סגייט זיין פין ארץ ישראל גייט ער עס ציברעכן,  
וואס ווי באקאנט האט הרב פילעפף גאר א שוואכן טעמפער אין ער גייט ארויס פין די כלים אין נעמט זיך מאכן קולות ווי א קליין קינד אויף יעדע זאך וואס ער האלט אנדערש

(ווער ס'געדענקט ביי די שייטעל פרשה ווען די רבנים האט עס דן צי סאיז ע"ז אדער נישט, האט זיך פליצלים פילאף אויף געשטעלט מיט קולי קולות "מיין טאטע לויט נישט דינען ע"ז "די רבנים האבן אים דעמאלס אנגעקוקט ווי א גאסן מושגענער
האט איין רב דעמאלס געפרעגט א צווייטן זייט ווען פאלגט ער זיין טאטען וד"ל )

זאל יעדער זיין געווארנט נישט אום צי פרעגן ווייל ער איז עלול אויף אלמען

ה' ישמר ציאתך ובאיך


טאטלע » 26/9/2008 17:12

איינער ווייסט אפשר וואס הגז"ל פין ראדני האלט מען הערט עפעס נישט פין עם

דעקלעראציע » 26/9/2008 19:03

איינער איז אריין צום גרעסטען ע"ה אין וויליאמסבורג פרעגן צי מען מעג ניצן א דערי לולב
האט ער גענפערט אז מען זאל נישט ניצן א מיליכיגן לולב נאר א פליישיגען לולב

ווי תורה דארט ................

דעקלעראציע » 26/9/2008 19:10

באלד גייט הערשעל טאנצען ווייל ער וויל איך זאל ארויסשרייבן מהרז"ל

ווארטס צי

טאטלע » 26/9/2008 20:18

סדא וואס פירען זיך אזוי אין סדא וואס פירען זיך אזוי 

ארגינעלער » 5/10/2008 22:02

איך האב אייביג געמיינט אז הגז"ל פילעף איז א נער וואס מאכט שטענדיג פקאסן מיט גרימאזן
דערווייל זע ער איז גאר קיין נער, ער איז פאלנער לץ פשוטו כמשמעו

ער האלט א דרשה אין ראדני פארוואס מען זאל נישט ניצן קיין דערי לולב אין ער האט דריי טעמים פארוואס נישט

1) סאיז דא כמה וכמה טעמים 
2) ווייל יעדער ווייסט וויפיל די רבי זי"ע האט זיך מוסר נפש ביי די אתרוגים 
3) סאיז נישט דא דאס פלאץ אויסצישמיסן  

יעצט על ראשון ראשון

1) אז סאיז כמה טעמים, האב גאטס אין  זאג איינס
2) מדמה זיין אתורגים מיט לולבים איז ציגעמישט הוידיל מיט בוידיל
3) אז טאמיר יעצט איז נישט דאס צייט ווען וועט יא זיין דאס צייט חנוכה אדער פורים

פילעף סאיז א טשיפ שאט 


[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי ארגינעלער ב- 05/10/2008 22:02:16

טאטלע » 5/10/2008 22:07

י"כ ארגינעלער פארן עס אויפלייגען   דאס איז אנייע ווערסיע פין "די נקודה פין רבין ז"ל"

ארגינעלער » 5/10/2008 22:10

קיין איין סעיף שלחן ערוך ברענגט דער לץ נישט אראפ אלעס איין שטיק געפיל

ברוך הוא אליקנו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים והליצים

טאטלע » 5/10/2008 22:18

איך פארשטיי נישט פאר וואס ער האט נישט געקענעט זאגען פשוט סוואקסט ניט נאטירלעך סוואקסט אין זאלציגע וואסער רח"ל סדאך דא מיליאנען תרוצים פאר וואס מען טאר עס נישט ניצען    

צודערזאך » 5/10/2008 23:37

זעסטע טאטע'לע, דו ביסט נישט קיין תלמיד חכם.. כאפסט נישט אלעס, פארפאלן

האקאבו » 6/10/2008 03:05

טאטעלע די ווייסט פארוואס מען זאגט נישט אז די דערי לולבים זענען וואסעריג

ווייל ישראל שווארץ האט דאסמאל נישט געברענגט קיין ערד פין ארץ ישראל פאר מישמאשער חכם צי טועם זיין אזוי ווי ער האט געטאן מיט די אריזאנא ווייץ

טאטלע » 6/10/2008 18:03

האקאבי איך האב נעכטען געקויפט א לולוב האב איך באמערקט אז די רבי ז"ל אידען קויפען נאר חוץ לארץ לולובים..... אפשר ועצט ווען סקימט צי זיין פאקעט וועט ישראל שווארץ פארשטיין ווער דער לויפער איז אין ער וועט שנעל פארגעסען וואס אריזאנע וויץ איז 

bp11219 » 6/10/2008 19:53

איך הער אז ר' הלל וויינבערגער האט געזאגט אז מען קען נוצן די גאלדען פלאו קעסטלעך צו שאקלען לולב ווייל ס'שטייט אויף דעם Dairy....

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 06/10/2008 20:38:02

עפשטיין » 7/10/2008 00:00

מיר זעט אויס די איסורים סתם אינטרעסן צווישען גרופעס.

טאטלע » 7/10/2008 00:27

עפשטיין וואס מיינט דאס "גרופעס" זי ביטע מסביר  י"כ

איזראלי » 7/10/2008 14:17

ער מיינט צוזאגן צווישן די סוחרים .