מאנטאג ערב ר"ה וועט מרן רבינו שליט"א אריין קומען אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד צי סליחות אין פינעף א זייגער שארף
מאנטאג ערב ר"ה וועט מרן רבינו שליט"א אריין קומען אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד צי סליחות אין פינעף א זייגער שארף
הערשל,
עס איז אמאל געווען אזא תקנה דא אז מען מוז שרייבען פון וועם מען רעדט, אבער די מנהלים האבען באשלאסען אז יעדער ווייסט סייווי ווער די היידפארק שרייבערס זענען, ממילא לאזט מען עס אזוי.
אז די גייסט צוריק צו די אשכולות פון די לעצטע חודש וועט איר זעהן אז אלע קעפלעך זענען געבליבען אהן א נאמען, און עס איז נישטא הערשל'ס תגובה.
דא האט איר אפאר דוגמאות.
איזראלי, איך האב געשריבן וועגן דעם קעפל אז א זאלי וואס אים אינטערעסירט נישט דעם סדר היום פון זיין רבי'ןס ברודער, ער וויל נאר וויסן ווען זיין רבי מהרז"ל גייט אויפנעמען דעם עולם וכדו' דארף ער נישט בכלל עפענען דעם אשכול ווען ס'שטייט פשוט "סדר היום פון מרן מהר"א מסאטמאר שליט"א ערב ר"ה"
עפעס שלעכט? א פחיתת הכבוד חלילה? ער גייט פארלירן חסידים?
יכול שטערט דא גאר עפעס אנדערש און איך וועל עס ברייטער אויסשמועסן.
אין גאס, דאס הייסט ווען מען רעדט פון היידפארק אין מקוה, ביהמ"ד וכדו' האט עס א שטארקע שמעק פון ארוניזם, אז דא דרייען זיך אך ורק ארונים, און אפי' איך וועל נישט צושטימען דערצו, איז דאס דער אנגענומענער מיינונג, אז עס ווערט קאנטראלירט דורך ארונים. עס קען זיין פארשידענע סיבות ווואס האבן געפירט אז מען זאל אזוי מיינען,(אדער וויסן) דאס איז זיכער אז געגרינדעט האבן עס ארונים (כך שמעתי מפי יודעי ומביני הדבר) וממילא אפי' זיי האבן געוואלט ציען זאלונים און האבן א צייט געהאט א סוקסעס דערמיט, איז קיינמאל נישט אראפ דער פלעק וואס האט זיך דענסמאל געשאפן.
קען זיין אז ס'דא זאלונים וואס האבן עס באיקאטירט, קען זיין אז ווייל מהרז"ל האט אריינגעריפען עמיצען זאגן אז ער ברויך נישט אז מען זאל אים באשיצן אויפן פארק און ער שפירט זיך שוין גענוג פעסט אויפן בענקל. עס קען זיין טויזנט און איין סיבות. הצד השוה איז אז דאס איז דער פנים וואס עס טראגט אויפן גאס.
תוקן על ידי הערשעל ב- 26/09/2008 19:00:14