היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דרשות שמיטה אין סאטמאר הופפער

דרשות שמיטה אין סאטמאר הופפער

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2488793

דוד46 » 23/9/2008 20:49

פאריגע וואך דינסטאג נאכט איז פארגעקומען אן אסיפה לטובת קרן השביעית אין די אהרונישע בית המדרש הגדול אויף 14 הופער נאך אפאר טעג פון מאסיווע פראפאגאנדע אין די גאסן פון וויליאמסבורג, אבער למעשה הערט מען נישט קיין ווארט פון די אהונישע ניקים דא אויף היידפארק, און אויף אין בלאט איז נישט געשטאנען קיין איין ווארט דערוועגן.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/09/2008 0:51:28


[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 23/9/2008 20:50

אויך איז נישטא קיין שום בילדער, נישט אין בלאט און נישט אין די אנדערע בילדער מאגאזינען.

Askan » 23/9/2008 20:51

עפעס דריקט דיר, זאג שוין וואס

דוד46 » 23/9/2008 20:57

וואס דארף דריקן?

 יעדע קליינע אהרונישע אקציע ווערט באשריבן אין בלאט און דא אויף היידפארק מיט פיקטשערס, פרעג איך פארוואס איז אזא שטילשווייגעניש איבער די "מעמד הגדול" (ווי עס שטייט אויפ'ן צעטל)

גאסט » 23/9/2008 21:04

איך מיין אז עס האט צו טוהן מיט דעם ....

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2487974


טאטלע » 23/9/2008 21:12

אלא מאי מיז דאך זיין אז די ארונים זענען אנקעגען 

דוד46 » 23/9/2008 21:36

פארוואס האט ארויסגעשריגן דאס ליידיגקייט אין די אהרונישע ביהמ"ד "הגדול", און דער "אדמו"ר הגה"ק" איז געקומען אויף געציילטע מינוטן און נישט געהאלטן זיין דרשה?

טאטלע » 23/9/2008 21:47

דוד אלא מאי מיז דאך זיין אז די ארונים זענען אנטקעגען             אויב די ווילסט הערן עפעס אנדערש זאג כהעל עס בל"נ צושטעלען

דוד46 » 23/9/2008 21:54

אויב זיי זענען פאר שמיטה, פארוואס האבן זיי אויסגעשפילט די "קרן השמיטה"?

פארוואס האבן זיי אויסגעשפילט זייער אייגענעם רב?

פארוואס האבן זיי אויסגעשפילט זייער אייגענעם רבי'ן?

טאטלע » 23/9/2008 21:59

דוד ווייל זיי זענען אקעגען די קרן השמיטה זייער רבי זייער רב  

לעבעדיגער » 23/9/2008 22:12

כ'געהאפט אז דער דוד'ל וועט דאס נישט כאפן, נאר דאס האט מיר אויסגעפעלט אז זיי זאלן יעצט געוואויר ווערן אז מיר זענען קעגן שמיטה. פארפאלן, ס'איז נישט געלונגן.

דוד, ענטפער מיר נאר א קלייניגקייט. וואס איז דאס שמיטה?

דוד46 » 23/9/2008 22:12

בלייבט עס ביי דעם:

די אהרונים האבן נישט געקענט דעליווערן נאך אזא מאסיווע פראפעגאנדע אין די וויליאמסבורגער גאסן...

טאטלע » 23/9/2008 22:20

יא דוד סבלייבט ביי דעם

איזראלי » 23/9/2008 22:24

עס האט בעסער אויסגעזעהן ווי ווען דער הגז''ל האט געמאכט א אסיפה וועגן ''קרן השמיטה'' .

לעבעדיגער » 23/9/2008 22:24

אההההה, דיך באדערט נאך די גרויסע סקוואדראן ראלי??? נאך אלס נישט בארואיגט?? 

נעבעך....

טאטלע » 23/9/2008 22:26

דוד ווען ברענגט מען שוין אריין די ימים נוראים טישען

Askan » 23/9/2008 22:30

[אויב זיי זענען פאר שמיטה, פארוואס האבן זיי אויסגעשפילט די "קרן השמיטה"?

פארוואס האבן זיי אויסגעשפילט זייער אייגענעם רב?

פארוואס האבן זיי אויסגעשפילט זייער אייגענעם רבי'ן]


דיך דריקט אז די די אהרונים זענען פאר שמיטה ? די ווילסט זאלן זיין קעגן שמיטה ? זאג שוין וואס די ווילסט, ביטע

קומפוט » 23/9/2008 22:56

הרב אלישוב'ס בריוו אין די צייטונג וואס ר' אברהם לויפער האט גע'כשר'ט דאס באדערט איהם

דוד46 » 23/9/2008 23:22

ניין! דער בריוו אין די צייטונג פון הרב בנציון וואזנער לטובת די דערי לולבים ווי ער שרייבט אז גדולי ישראל אין אלע דורות האבן מקפיד געווען צו נוצן ארבע מינים פון ארץ ישראל אויסער בשנת השמיטה ווען עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן מקפיד געווען נישט צו נוצן..

לעבעדיגער » 23/9/2008 23:30

דוד, וואס העט זיין? התאחדות האט שוין עפעס אויסגעארבייט מיט ענקער ביד"ץ?

מותר אדער אסור?? איך בין זייער צומישט.

דוד46 » 23/9/2008 23:51

איזראעלי

איין זאך וויי סאיך, ווען עס איז פארגעקומען דער קרן השביעית אקציע אין גרויסן סאטמארן ביהמ"ד איז געווען ברייט באריכטעט אין דער איד, און ווען עס איז יעצט פארגעקומען אין אהרונישן בית המדרש הגדול האט מען איינגענומען א שטומעניש

טאטלע » 23/9/2008 23:54

דוד וויל די ארונים שעמען זיך דערמיט זיי פאקען איין פאר בושה 

לעבעדיגער » 24/9/2008 00:13

טאטלע, וואס רעדסטו שטותים? די אהרונים האבן עס נישט באריכטעט פאר די פשוט'ע סיבה וויבאלד זיי זענען קעגן שמיטה... יא, די ליינסט גוט. זיי בויקאטירן די גאנצע שמיטה!

וואס פארשטייסטו נישט?

דוד'ל זעהסט? מיר פארשטייען זיך גאנץ גוט. איך בין שוין אויף איין זייט מיט דיר.

טאטלע » 24/9/2008 00:38

לעבעדיגער יעצט פארדטיי איך שוין פארוואס זיי נעמען דערי לולובים

דוד46 » 24/9/2008 01:36

וויאזוי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן?

אז מען האט נישט קיין תירוץ, ענטפערט מען אזוי...

טאטלע » 24/9/2008 01:45

אוטש מיט רחמנות

איזראלי » 24/9/2008 13:48

און מיט דעם אלעם וואס עס איז געווען ברייט באריכטעט אין ''דער איד'' בכל זאת איז נישט געווען קיין עולם אזוי ווייט אז עס האט געקלינגען אין ראדני פונ'ם ווידער קול פון הגז''ל''ס דרשה אזוי ליידיג איז געווען דארט .