היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קלאנגען וועגן די פסק פון ב"פ קאורט

קלאנגען וועגן די פסק פון ב"פ קאורט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2488277

מארגען » 23/9/2008 00:11

פארשידענע קלאנגן קורסירן ארום בנוגע וואס די קארוט וועט פסק'נען אין די בארא פארקער קעיס.

יעצט האלט די שמועה אז די קאורט וועאט דאס צירוק אראפשיקן צו די לאוער קאורט אז די לאוער קאורט זאל מברר זיין צו ר' מענדל שווימער איז אין די באורד מטעם דעם רבי'ן - וואס דעמאלטס ווערט דאס א רעלידשעס אישו, אדער מטעם די באורד וואס דעמאלטס קען זיך קארוט יא אריינמישן און מברר זיין צו ער איז נאך אין די באורד אדער נישט.

די שאלה איז ווי קראנט די דאזיגע שמועות זענען.

ימים ידברו.

kootointy » 10/10/2008 07:35

ווייסט אפשר איינער פרטים איבער עפעס א דעסיזשן וואס איז ארויסגעקומען ערב יוה"ק בנוגע די federal case פון די באנק 82.Vs ????

לאגיש » 10/10/2008 13:49

ניין מען קיינער ווייסט נישט

kootointy » 23/10/2008 02:51

ברעקינג!!!! פסק קומט מארגן ארויס, לטובת די זאליס....

פאלאנד » 23/10/2008 04:34

אפשר קען איך גוט ווערן מיט דיינע קוועלער וואס געבן ארויס אזעלכע ברעקינגס?......

kootointy » 23/10/2008 07:07

נישט קיין גרויסע זאכן, שלום דייטש האט עס פארטרויעט זיין שכן וועלכער האט מיר עס פארציילט. און געווענליך פרעדיקט שלום גוט!!

איזראלי » 23/10/2008 11:42

מען האט זיך שוין איבער געצייגט ווי אזוי דעס געווינען פון שלום דייטש זעהט אויס , ער האט דאך צוגעזאגט פאר די רשעים אז זיי האבן דעם ביה''ח עס האט זיך ארויס געוויזן אז קוים דעם טויט האבן זיי וכדו' , ממילא קען מען אויף דעם נישט בויען .

דוד46 » 23/10/2008 19:51

שמחת תורה אינדערפרי האבן אהרונים וואס דאווענען אין ביהמ"ד ישראל והזמנים בנשיאות הגאון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א פארקויפט אז דער פסק איז ארויסגעקומען לטובת ר' מענדל שווימער נ"י.

למעשה איז עס געווען פשוט פאלש, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען. אפשר ווייסן זיי אינפארמאציע, אבער דער לאיער פון ר' מענדל האט נישט געוואוסט צו זאגן דערפון.

לעבעדיגער » 23/10/2008 19:53

עס קען נאך היינט אויך ארויסקומען און לויט ווי מ'שמועסט גייט ער פסק'נן אז מענדל שווימער איז אין די באורד.

דוד46 » 23/10/2008 20:15

די אישו יעצט איז נישט צו ר' מענדל שווימער איז אין באורד. דאס האט דער לאוער קאורט דזשאדזש אויך אנגענומען, און די אהרונישע לאיערס האבן דאס מודה געווען. די שאלה איז יעצט געשטאנען ביים אפעלעט דעוויזשען איז צי די לאוער קאורט איז געווען גערעכט אז די קאורט קען זיך נישט מישן, ווייל עס איז א רעלידזשעס אישו, אדער קען מען זיך יא מישן ווייל דאס איז נישט קיין רעלידזשעס אישו.

דוד46 » 23/10/2008 20:16

והעיקר שכחתי.

ווער עס זאגט אז "ער ווייסט" וואס דער פסק וועט זיין "ווייסט נישט"!

מען קען נישט וויסן ווילאנג עס איז נישט אינדרויסן

לעבעדיגער » 23/10/2008 21:12

דוד'ל, מיט דיין לעצטע תגובה שטייען מיר אייניג ביי די זעלבע מיינונג. איך האב טאקע נאר געשריבן אז מ'שמועסט אזוי.

דוד46 » 23/10/2008 21:22

איך האלט אז די אהרונים האבן געקענט באשטיין ארויסצושיסן אזא סטעיטמענט, ממה נפשך, אויב וועט עס זיין אזוי וועלן זיי זיין גערישט דערויף, אויב פארקערט וועלן זיי קענען "פייערן זיג"