היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מאכן א "פרוזבול" ערב ראש השנה תשס"ט

מאכן א "פרוזבול" ערב ראש השנה תשס"ט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2487527

קומפוט » 21/9/2008 22:57

יעדער וואס האט עפעס פארבארגט געלט אדער עפעס אזאך פאר א חבר
אפילו א שכן האט פארבארגט א פעקל מאגארין
דארף מאכן א "פרוזבול" ערב ראש השנה תשס"ט מוצאי שמיטה,
וואס דעמאלט טוט שמיטה פארלאזן דעם חוב

אויב דער לוה וואוינט אין ארץ ישראל דארף מען זעהן צו מאכן דעם פרוזבול גענוג פריה נאך פאר סווערט יום טוב אין ארץ ישראל וואס דעמאלט האט שוין שמיטה פארלאזט דעם חוב

קומפוט » 21/9/2008 23:05

נוסח פון א פרוזבול ארויס צו פרינטן
[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 21/9/2008 23:10

דער לוה דארף הבאבן קרקע יעדער איינער וואס באצאלט רענט האט קרקע
יעדער איינער קען זיין א דיין
עס איז אנגענומען אז די בי"ד טארן נישט זיין קיין קרובים אבער מעגן זיין א קרוב צום מלוה אדער צום לוה

קומפוט » 21/9/2008 23:11

דער בית דין דארף זיצן און דער מלוה דארף שטיין ווען ער לייענט פאר דעם שטר פרוזבול

רבי_יונה » 22/9/2008 00:54

קומפוט דו מאכסט עס זייער קאמפליצירט

ערשטנס האסטו אראפגעברענגט זייער א שרעקעדיגן און צו "אפיציעל-אויסזעענדן" פרוזבול, נאך געשריבן מיט כתב אשורית

ביי אונז איז מען נישט מקפיד אויף דעם לאנגן נוסח וואס דו ברענגסט דא, דעם פשוט'ן נוסח הגמרא איז פונקט גענוג "מוסרני לכם דיינים שבמקום פלוני שכל חוב שיש לי שאגבנו וכו'"

מען ליינט עס נישט פאר, מען געט עס בלויז אונטערצושרייבן פאר דריי מענטשן אין ביהמ"ד, עפ"י הלכה דארף מען סיי ווי נישט האבן דעם פרוזבול ביי די האנט שפעטער אין יאר ווען מען וויל אפנעמען א חוב

רעכטער » 22/9/2008 01:34

קומפוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער לוה דארף הבאבן קרקע יעדער איינער וואס באצאלט רענט האט קרקע


אויב איך געדענק גוט דארף מען נישט האבן קיין קרקע, וויבאלד יעדע איד האט ארבע אמות אין ארץ ישראל.

קומפוט » 22/9/2008 04:03

ווי האט ער געזאגט

"עס איז דא וואס פירן זיך אזוי און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי"

אין כמעט יעדע לוח איז דא א נוסח כאב עס נאר געברענגט לתועלת ווער סהאט נישט