היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » פארוואס האט דער זון נישט געפאלגט זיין מאמע

פארוואס האט דער זון נישט געפאלגט זיין מאמע

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2486068

48_רוסלאנד » 19/9/2008 06:27

פארוואס האט דער זון נישט געפאלגט זיין מאמע

די מאמע הרבנית הצדקית מבאבוב ע"ה האט אלע יארן געבעטן די חברא קדישא צו לאזען ליידיג דאס פלאץ נעבן איהר מוטער הרבנית בתש"ק חנה רחל רובין ע"ה לכבודה, און למעשה האט מען איר נישט געלייגט דארט, נאר סתם ביים וואנט אינדרויסען פון אוהל, וואס איז אינגאנצען נישט מכובד, - זי ליגט שוין הארט ביים טיר פונעם אוהל און זי איז גאר אינדרויסען - .
נאר אלס פאליטישע חשבונות, האט מען נישט מקיים געווען דעם מאמע'ס וואונטש צו ליגען נעבן איהר מוטער. און מען האט משנה געווען דעם מאמע'ס רצון.
ווען זי ליגט נעבן איהר מוטער, וואלט זי געווען נעבן די מוטער הרבנית הצדיקת ע"ה און נעבן איהר שוויגער הרבנית הצדיקת מבאבוב חי' פראדל הלברשטאם ע"ה אשת כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק הקדושת ציון זי"ע  
און עס איז אסאך מעהר א מכובדיגע מקום



תוקן על ידי 48_רוסלאנד ב- 19/09/2008 6:46:28

bornfreind » 19/9/2008 08:08

the same  reson they left emty near the pokshvitser the ruv zatzal decided to move his chelke to the other side  both of his kids near him this was about 10 years ago    since the rebbitzin is not well for 20 years she probably didnt know of this transition it only makes sence that she shoud be closer to her husbond to her mother after all all most of her kids will be near her after they pass away by 120  besides of this it looks like they are going to move the ohel ontop of the rebbitzin and take out the stupid mistake of duvid greensweig from the other side he shou not be near the door any more or they could put hessy over there

רובין1975 » 19/9/2008 16:29

מען דארף אזוי פרעגען

פארוואס האט דער "בנה יחידה" נישט געפאלגט דעם "אימא של מלכות"

תוקן על ידי רובין1975 ב- 19/09/2008 16:29:56

לאןאתההולך » 19/9/2008 17:13

באבוב איז שוין נישט קיין מלוכה.....
דאס מלכות איז צושפאלטן!
און דער כסא מלוכה איז צוטיילט!

פאפקארן » 19/9/2008 18:23

געהערט פון א איש נאמן מחברא קדישא, אז מיט עטליכע יאר צוריק האט מען בטעות אנגעפאנגן צוגראבען נעבן הרבנית הצ' חנה רחל רובין ע"ה די מוטער פון הרבנית הצדיקת ע"ה, האט דער דיין ר' חיים יעקב טויבער דעמאלטס געהייסן תיכף צוריק צודעקען דאס פלאץ, ווייל דאס פלאץ איז מוקדש פאר די רעבעצין.

48נייעס » 21/9/2008 05:18

וואס זענען די פאליטישע חשבונות?

זיי שווערען זיך אז די רב און די רבי וועלען נישט אריין אין דעם אהל אדער אין ביה"ח בכלל, איז וואס איז א נפק"מ ווי די רעבעצין ליגט?

פאפקארן » 21/9/2008 20:05

די רעבעצין ע"ה האט געוואלט ליגען לעבן איהר מוטער ע"ה,
יעצט ליגט זי נישט לעבן איהרמוטער און נישט לעבן דעם רב ז"ל
נאר סתם אינדרויסען פונעם אוהל.

mosheyukel » 22/9/2008 19:41

זייענדיג נעכטן א' סליחות אויפן ביה"ח, האבן מיר געזעהן אז די רעבעצין ע"ה האט די זכי' צו ליגען דאס נענסטע צום אדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל, וועלכע איז נענטער צו איהר קבר ווי פון אדמו"ר מהר"ש זצ"ל,

דאס מיינט זיכער נארישע פאליטישע חשבונות אן קיין שכל, פארוואס האט מען איהר נישט געלייגט צום נאנסטן פון בעלה אדמו"ר מהר"ש זצ"ל?

mosheyukel » 23/9/2008 18:38

א בילד ווי די רעבעצין הצ' ע"ה ליגט ביי טיר פון אוהל, און די לינקע זייט פון אהל, וואס איז אין די שורה פון אדמו"ר הרה"ק מהרנ"צ זצ"ל. 

[בילד – נישט אפגעהיט]

 

רובין1975 » 23/9/2008 23:04

נ"ב שנים!!!

וויפיעל יארן מאן און ווייב האבן געלעבט צוזאמען האט מען ביי חסידישע אידן נישט געשריבן אויף א מצבה!

הישמע כזאת בישראל?

the_mouse » 24/9/2008 00:43

Copied from another bloc
 
Playing politics with the matzeivah too, the matzeivah contains these words "she was his wife for 52 years", something unheard of to be put on a matzeivah of a Rebbitzen. The reason it was put there, is to stress that she was his main wife, and not Rebbetzin Blima Rochel the mother of Reb Naftule Zt'l. Blatant disregard for decency is what broke Bobov in half.

sickunger » 24/9/2008 06:21

at least you guys have what to talk about

לאןאתההולך » 24/9/2008 15:35

יא יא מען דארף מוחה זיין אויף אזא פירצה. דאס מיינט התחדשות, מען האט דאס נישט געזעהן ביי די חסידישע הויפן, צושרייבען ווילאנג א רעבעצין האט געלעבט מיט א רבי'ן.

נוצן א מצבה אויף פאליטיק? המבין יבין!

ן

sickunger » 24/9/2008 21:48

you guys know how to make politics from every stupid thing that happens in 48. come on guys wake up and smell the coffee the machloikes is over 48 won the battle. they dont care what you stupid guys have to grebs

mosheyukel » 24/9/2008 22:10

געווינען האט האדמו"ר הרמ"ד, וועלכער ווערט היינט-צו-טאג אנערקענט אין די גאנצע וועלט צווישען די גדולי האדמורי"ם בדורינו. מיט א ריזיגע חסידישע קהלה אין אמעריקא און איבער די וועלט מיט הערליכע בתי מדרשים ומוסדות התורה.
מיט אן אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא און הצלחה גדולה למעלה מן המשוער!

האדמו"ר הרמ"ד מבאבוב שליט"א איז זיכער ארויס דער הויפט געווינער בכל אופן שהוא.

צווייבאבוב » 24/9/2008 22:22

יא יא דאס הייסט א געווינער

[בילד – נישט אפגעהיט]

אברהםהערש » 24/9/2008 22:57

Moshe Yukel

On Hyde Park you can sell your Shtusim. However, anyone who goes shabbes to 48th Street and 45th Street confirms that 48th Street is packed more than before and you guys are not going anywhere except in your imagination and on planes where R' MD seems to spend so much time chasing chassenes and picture opportunities with real Gedoilim who reluctantly agree to meet him after being pestered by your organizers

If you are so big and successful why are you spending all your time trying to find things to criticise by us. Grow up and build your own chassidus.  You know what, if you find yourselves a decent name , instead of trying to use ours, we will even wish you hatzluche

לאןאתההולך » 25/9/2008 00:54

אברהם הערשעלע
דא א באריכט פון דעם געפאקטן ביהמ"ד ביי די לוי'.

גענומען פון:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2483000&forum_id=13951

דער עולם ביי די באבובער לוי'

ביי די לוי' פון די באבובער רעבעצין ע"ה האט זיך יעצט ווידער איבערגעצייגט אז באבוב איז אבסאלוט נישט אזוי גרויס ווי זיי ווילען זיך אהערשטעלן, אלע וואס זענען געווען אין ביהמ"ד בעת די לוי' האבן געשטוינט צוזעהן ווי דאס ביהמ"ד הגדול איז אויסגעליידיגט פון אלע טישן און בענק, און פערציג פראצענט פון ביהמ"ד איז גענצלעך געווען ליידיג, און אפילו אין פארינט איז אינגאנצן נישט געווען געדעכט.

ביי א חתונה ווי עס קומען זיך צוזאם אסאך פרעמדע קוקערס, פילט עס אן די זאלן מיט די פארענטשעס, אבער ביי די לווי' וואס עס זענען געווען נאר באבובער חסידים איז דער עולם געווען גאנץ קנאפ. און דאס היכל הבימ"ד געווען זייער שיטער.

מען האט אפילו געשטעלט מייקס אויף דער גאס וואס איז געווען ליידיג, חוץ פון די כהנים, און נשים.

ווען אזא עולם ווי עס איז געווען ביי די רעבעצינס ע"ה לוי' - וואלט געווען ביי א באבובער חתונה, - וואלט עס געווען א דורכפאל, א דיזעסטער, ביזי בזיונות.


דא קען מען זעהן א קליפ ביים הספד, ווי עס איז א קנאפע עולם, ווי מען שמועסט צווישן זיך אינמיטן הספד, מען דרייט זיך ארום, ווי אינמיטן א שלום זכר! 

http://www.youtube.com/watch?v=cIexivqoWiU

רובין1975 » 25/9/2008 01:04

ביטע טוישטס נישט דעם TOPIC
באבוב איז צוטיילט ארום העלפט דאס ווייסט יעדער.

נאר צוריק צום הנ"ל:
פארוואס האט מען געשריבען אויף די מצבה - נ"ב שנים?
וואס ביי קיין שום רעבעצין אדער חסידישע פרוי שרייבט מען נישט אזוי.

48 האט טענות אז 45 מאכט פאליטיק פון יעדער זאך
אין די צייט ווען 48 שרייבט א פאליטישע מצבה אויף א פאליטישע מקום

אברהםהערש » 25/9/2008 14:22

1. מען האט מיך נישט געפרעגט וואס צו שרייבען אויף די מציבה, אבער מסתמא האט די משפחה געפיהלט אז דאס וואס זי האט זיך מוסר נפש געווען צו העלפען אירען הייליגען מאן אויפבויען באבוב אין אמעריקה נ"ב יאהר מוז דערמנט ווערען. ביי די שבעה האט מען געהערט געוולדיקע מעשות פון איר מסירת נפש פאר די ישיבה בחורים פון יענע צייטען

2. שוין איבער פופצען יאהר איז זי נישט געזונט געווען אונד דער גאנצע יונגע דור האט זי נישט געקענט, מוז מען דערמאנען אז זי איז יאהרן לאנג געווען די עזר כנגדו פון רב זצ"ל

3. ברינג נישט בילדער פון א מומנט ביי א חתונה אין בורו פארק וויא מען ווייסט נישט וויפיל מענטשען זענען חסידי ר' מד אונט ווער איז פון די מחותנים אונד ווער איז געקומען קוקען. ביי די לוויה מוז מען אויך וויסען וואס איז דעמאלט געווען ארום אונד ארום. גיי אפאר שבתים צו ביידע טישען אונד תפילות, וועסט דו זעהן אז אויף 48 סטריט איז אייביג א ריזען עולם אונד ביי 45 סטריט איז נישט אמהל די העלפט

mosheyukel » 25/9/2008 17:14

אברמי הערשעלע

1 - אלע רעבעצינס האבן געהאלפן זייערע מענער אין זייערער עבודת הקודש, אבער אויף קיין איין מצבה פון א רעבעצין האט מען נישט געשריבען, וויפיעל יארן זי האט געלעבט מיט איהר מאן.
אז מען האט געוואלט ארויסברענגן אירע מעשים טובים שרייבט דאס אויף אן אנדערע אופן.
אבער אזוי ווי די כוונה איז צוטשעפענען דערמיט די ערשטע רעבעצין ע"ה, וועלכער האט געלעבט מיט האדמו"ר מהר"ש זצ"ל העכער 18 יאר, אין די שווערסטע תקיפה פון זיין לעבן, מיטגעמאכט אינאיינעם 5 יאר די ביטערע מלחמה, אין באכניא געטא, אנטלויפן צוזאמען אין די פינסטערע נעכט מיט שרעק און יסורים צווישען לאנגע וועלדער און פעלדער,פארשטעלטעהייט געלעבט ווי גוים אין בודאפעסט, און געלעבט צוזאמען אין דעם פארשטיקטן און פחדימ'דיגע בונקער אין גרויסווארדאן, ואכמ"ל.
און דא האט מען געוואלט ארויסברענגן אויף די מצבה דעם "לאפוקי" SHAME ON YOU.

2 - דאס בילד פון די חתונה איז רובא דרובא באבובער חסידים מיט בגדי שבת, - גיי צו א צווייטע חתונה ווען די זעלבע מחותנים מאכן חתונה וועסטו זעהן וויפיעל עס געפינט זיך דארט -
ביי די לוי' איז געווען דאס גאנצע באבובער עולם, און דאס ביהמ"ד איז געווען זייער זייער שיטער, און דעמאלטס האט זיך ארויסגעוויזען דאס אמתע בילד ווי גרויס באבוב איז. (אליין געזעהן און אויך געהערט פון צענדליגע מענטשן) 

3 - צענדליגע מאהל בין איך שוין געווען ליל שב"ק ביי די טישען פון ביידע באבוב'ס, דער חילוק ווענט זיך ווי א שבת, און דער חילוק איז נישט אזוי גרויס, עס קען אמאהל זיין דער חילוק צווישן 50/100 מענטשן. ובפרט הייסט עס אז אין 48 איז דא א שטארקע קאמפעין פונעם אדמו"ר שליט"א אז מען מוז קומען צום טיש.
און בפרט אז דער טיש אין 48 איז מעהר מויזיקאליש מיט ניגונים, וואס ברענגט פרעמדע קוקערס.

וועגען די טישען קענסטו דא שרייבען אויף היידפארק, און איינרעדן אז עס איז ממש געפאקט עד אפס מקום, ברענגט א בילד פון טיש.

דא איז צוויי בילדער ביי די תנאים'ס פון די קינדער פון די באבובער רביים, און מען זעהט קלאר דעם עולם אין ביידע פלעצער.

די ערשטער איז דער תנאים ביי האדמו"ר הרב"צ מבאבוב שליט"א
דאס צווייטער איז דער תנאים ביי האדמו"ר הרמ"ד מבאבוב שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]
מען מוז לעבען מיטן פאקט, אז נישט איז דאס לעבען פאכמארעט,
ביידע באבוב'ס האבן א גרויסען עולם, און באבוב איז ערענסט צוטיילט.


דוק ותשכח!

די וועלט זאגט: איין בילד איז טויזענט ווערטער
Seeing is Believing

אברהםהערש » 25/9/2008 18:35

Moshe Yukel

Again the same shtusim presented as facts. It might work on Hyde Park but not for those of us who see the real thing.

Believe what you like if it makes you happy, but concentrate on your own problems and don't worry about our problems, or what you think are our problems or think should be our problems. We are happy with what we have, so we do not need to find faults in others. It is a known psychological fact that people with problems are the ones looking for problems in others

A git gebensht Yuhr far alle Yieden.

לאןאתההולך » 25/9/2008 20:27

יישר כח MOSHEYUKEL

האסט גוט געשריבען
די נקודות ארויסגעברענגט קלאר צו די זאך.
די עוולות ביים נוסח המצבה און מקום המצבה זעהט יעדער קלאר.
די בילדער ביי די תנאים'ס זאגט שוין אלעס.  

און לויט די פסיכילאגישע רייד פון אברהם הערש....................