די הנהלת הקהלה האט ארויסגעשיקט בריוו צו אלע חברים אינעם פורים בי"ד וועלכע האבן מכלומר'שט מתיר געווען פאר די זאליס זיך צו ווענדן צום ציוניסטישן בג"ץ אן געבן די מעגליכקייט זיך צו שטעלן צו דין תורה, מיט א שטרענגע ווארענונג אז אויב זיי נוצן נישט זייער פאליטישן כח אפצושטעלן די ערכאות אין בג"ץ וועט קהל נישט האבן קיין ברירה און זיי מוזן אויסשליסן פון מעמבערשיפ, אריינגערעכנט די רעכט צו קענען ליגן אין בית החיים.
ענליכע בריוו זענען ארויסגעשיקט געווארן צו ר' עזריאל גליק, דער ארגינעלער הולך בערכאות, מענדל וואלערשטיין, און אנדערע וועלכע האבן געהאט א טייל אין דעם שוידערליכן חילול השם.
עס איז צום האפן אז די הולכים בערכאות ומחללי שם שמים וועלן זיך בארעכענען און תשובה טאן שטייענדיג פאר די ימי הרחמים והרצון, וואס וועט איינשפארן פאר די הנהלת הקהלה די אומאנגענעמע אבער אומפארמיידבארע שריט.
נקוט כללא זה בידך
א הינט וואס בילט בייסט נישט.
ס'וועט נישט נעמען צי לאנג און דער בית החיים וועט אי"ה זיין דארט ווי ראדני איז וד"ל.
זאג נאר......
האסטעך שוין באזארגט מיט קרקע?
שומר, וואס הייסט ס'וועט נישט נעמען לאנג? ווארט ביז מאנטאג און אלעס וועט אי"ה זיין ערלעדיגט...
הייסט די זאליס פלאנען צו מאכן זייער ביה"ח אויף ראדני? שווער צו גלייבן.
צו זיי האבן דאס געפלאנט צו נישט, ראדני איז שוין א בית החיים עטליכע יאר.
חוץ די פאר דעפרעסטע שלעפערס וואס דאווענען נאך דארט איז דאס פלאץ כמעט ליידיג און שטיל.
עס לעבט נישט ווי די פאריגע יארן פאר עס איז געווארן בארויבט פונעם ציבור
רעדט נישט קיין נערשיקייטן, איך דריי זיך אין ראדני לעצטענס, עס איז זייער שיין אהערגעשטעלט צום לערנען, מנחה מעריב, עסן וכו'. עס ענדלט זייער צו 770, וואו ווער עס איז אמאל דארט געווען האט דאס א ספעציעלן חן, מען קען לערנען פארברענגען, און קיינער באמערקט דיך אפילו נישט. עס זעט מיר אויס אז טאקע דאס איז זייער ציל. פאר אן ערנסטן דאווענען, שלוש סעודות, א תקיעת שופר דרשה וכו', גרויסע אסיפת התעורוות וכדומה זאלסטו גיין קיין הופער.
איז דאס "טאקע" די "לעצטע" ווארענונג, אדער עס וועלן קומען נאך אזעלכע לעצטע ווארנונגען נאך יעדע קאורט דעסישן?...
טאקע פאר דעם פרעג איך "דיר"...
פאר וועמען זיי האבן געצאלט דאס ווייס איך שוין...
דוד כהאב נישט געוויסט אז עס גייט זיין נאך א קארט דעסישען מיר האט מען איינגערעדט אז עס איז פיניטאו אין גענדיגט איי עם ווערי דיסעפוינטעד
נו ווען גייען ענק נעקסט אין קאורט?...
ווען ר מנשה וועט לאזען דערווייל האלט ער נאך אין מיטען מעיין זיין
דוד
אויב אן ארוני וועט דיר ברענגן א רעסיט פון יואלי קויפמאן אויף א זיץ אין ראדני
וועט דאס זיין א ראיה אז די ארונים האבן ראדני???
איך וטועל אים גלייבן אז ער האט א זיץ אין 163 ראדני...
דוד אווי ביסטו געווען נעכטען איך האב דיר געזיכט סאיז געווען זייער שטיל דא
דוד'ל, קענסט דערווייל מאכן וויפיל ליצנות דו ווילסט, און זיך באגראבן דעם קאפ אין די "בת היענה" איד פון די וואך, אבער געב איבער פאר דיינע חברה אז צייט איז נישט אויף זייער זייט.