[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געמיינט אז דראדזש איז אן ערענסטע נייעס באריכטער און נישט קיין טאבלויד. זעט אויס איך האב געהאט א טעות.
דרך אגב, פארוואס ווילען מענטשן זיין דארטן וואו מ'וויל זיי נישט??!! ס'וואלט דען איינעם בייגעפאלן אריין צו גיין צו א גוישע פארזאמלונג מיט א ברייטען פארפלעקטן וואלנעם טלית קטן, שווארצע הויזן זאקען און א ריזיגע רונדיגע ביבער היט??!! איך באלאנג נישט דארט, און די באלנגסט נישט דא!!
איינס פון דראדזש'ס הויפט מעלות איז זיין ברענגען פון איבעראל, ער איז דירעקט יא א טאבלויד. ברייטבארט איז איינער פון זיינע גרעסטע נייעס קוועלער.
בנוגע דעם 'חילול השם', דוכט זיך אז די שולדיגע דערפאר איז די וועלכע איז געגאנגען צו די פרעסע פארקויפן אז עמיצער האט איר געסטראשעט מיטן לעבן. אן דעם פרעכן ליגנט וואלט עס קיינמאל נישט געמאכט די העדליינס, ווי מיין פארגייער האט שוין אויפגעמערקט, איך גיי נישט אין זייערע בארס און יענע האט נישט וואס צו זוכן ביי אונז.
די נייעס קומט פון AFP א באוואוסטע פראנצויזישע נייעס אגענטור.
דראדזש לינקט צו דעם וואס האט אינטערעסאנטע נייעס, ער שרייבט רוב מאל נישט אליין די נייעס.