קוים אדורך א האלבע שעה זינט טויזענטער סאטמארע אידן האבן ארויסגענומען א פאשקוויל פון שאול פערשלשטיין פונעם פאסט קעסטל, און שוין איז אנגעקומען די שלעכטע נייעס אז א פרוי שווארץ, מרת הר"ר אשר לעמיל איז ליידער נעדר געווארן און די משפחה האט געדארפט פארהאנדלען מיט קהל יטב לב דסאטמאר, און באצאלן פאר די חלקה כדת וכדין, ווי זיי האבן טאקע געטאן.
אייגענטליך איז דא גארנישט פארגעקומען אויסערארדענטליך. פינקט ווי ווען איך קויף א מילך באצאלט מען פאר'ן גראסערי מאן, און ווען מ'דארף קויפן א חלקה באצאלט מען פאר די אייגענטימער, דאס האט יעצט פאסירט. די איראניע איז נאר געווען אז עס האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט וואספארע לופט באצאלן פערלשטיין/כהנא זענען, און אז זיי פארמאגן נישט קיין שום בעלות, אייגענטימערשאפט, נישט עפ"י דינא דמלכותא, און אוודאי נישט עפ"י דת תוה"ק.
היינט במשך דעם זונטאג איז פארגעקועמן שטורמישע זיצונגען ביי דעם ראש ה'ליידיג גייער, דער לאקאלער רז"ל מיט זיין דעפרעסטע אדמיניסטראציע און די הויפט פארשטייער פונעם ליגעל טיעם, יעקב בערעלע און דער מייסטער שלום דייטש, וועלכע כאפן לעצטענס איין פראסק נאכן צווייטן.
איצט האט מען איצט געדאמפט סקאט מאלען (ווייל ער האט נעבעך גארנישט דעליווערט ביז היינט). און זיי האבן גע'הייערט א נייעם לאיער, עד רובין, (וועלכער האט פארטרעטן באבוב 48 אין קאורט).
שוין, מ'האט שוין א נייעם לאיער, און מ'קען שוין פריש איינרעדן די קינדערלעך אז מ'האט געווינען און די בית החיים איז זייערס 100% פראצענט, פינקט ווי די לעצטע 8 יאר.
איי די קאורט האט געזאגט לא מין א ספאדיק - קיינער קען נישט אריינרעדן דא. דאס געריכט האט אייך גארנישט געגעבן. באראש האט אלעס געלאזט אין די לופט... ביי זיי מיינט דאס געווינען. און דעריבער איז ר' מאטי קאנער ווייטער סטעיט סענאטאר, אלס סטאטוס קווא....
דער נועם המידות האט היינט ארויסגעגעבן א נייע פארארדעננוג
1) אז מ'טאר נישט פארהאנדלען מיט'ן משמש יואל קויפמאן און ר' חיים אליעזר גראס.
2) ווען עס מאכט זיך א פראבלעם. זאל מען נישט מקבר זיין. נאר ווארטן און לויפן אין קאורט, און אויפהאלטן די קבורה. עס איז א בזיון המת צו פארהאנדלען מיט זיי... האט ער געזאגט.
3) מ'זאל גיין אין פעדעראל קאורט, סטעיט קאורט, אפעלאט קאורט, פאמיליע קאורט, סאראגעיט קאורט, און זיי נישט לאזן לעבן.
4) מ'זאל שוין עפענען א הייסן קאמפיין קעגן ר' אברהם ווידער פאר די קומענדיגע מעיאר וואלן, און מ'זאל אלעס טאן איבערצונעמען די ווילידזש.