די רבנים וועלכע זענען מיטגעשטאנען מיט אים, רוב וועלכע באלאנגען צו מהרז"ל, הייבן יעצט אן איינצוזעהן ווי לויפער האט זיי אריין געפירט, דורך פאלשע דאקומענטן און אפענע ליגנ'ס. מיטונגען גייען אצינד אן צווישן די רבנים וויאזוי מען זעט זיך ארויס בדרך כבוד.
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען לויפער האט געשיקט 3 טויזענט דאלאר אויף ארץ ישראל מיט א אינגערמאן פון סאטמאר כולל אין וומסב"ג, זאגענדיג אז מען וועט דאס אפנעמען פין אים אין לוד עירפארט, דער אינגעמאן האט געמיינט אז דאס געלט גייט פאר צדקה, אבער ווען ער איז אנגעקומען איז ער אפגעווארט געווארן דורך א פיקאפ טראק מיט 3 קיבוץ'ניקעס, און כאפענדיג א שמועס מיט די חברה האבן זיי פארציילט אז לויפער באצאלט זיי פאר בריוון און דאקומענטן וואס זיי שטעלן צו, אונטערצוברענגן זיין קאמפטעישאן אינאיינעם מיט התאחדות הרבנים.
דער אינגערמאן האט נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט, ווייל ער איז אליינס איז א חסיד פון מהרז"ל, און ער האט זיך פארבינדן מיט עטליכע רבנים וואס שטייען מיט לויפער, און העפטיגע מיטונגען גייען אן צו מינימיזירן די פראבלעמען וואס ער האט דא אנגעווירטשאפט.