.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/09/2008 7:02:49
.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/09/2008 7:02:49
WOW WOW WOW
מיט די ספאנישע האט משה דוד נישט געקענט ארויסברענגען מער וואוטס!!!
איך בין געשאקט!!!
הצלה, ס'האט גארנישט מיט UJCare. דער קארופטירטער וויטא לאפעז האט עפעס אנגעדרייט, איך ווייס נישט וואס, אז די וואוטערס זאלן נישט רעגיסטרירט ווערן.
אבער דעם נאצי לאפעז'ס סוף וועט אויך קומען נאנט. (מען קען פארשטייט זיך נישט רעדן מער, וד"ל)
לפי ידיעתי איז עס געווען בסך הכל אפאר הונדערט מענטשן וואס האבן נישט געקענט וואוטן, אבער ביי די קומענדיגע עלעקשאנס וועלן זיי שוין אלע זיין רעדזשיסטערט און נאך הונדערטער אנדערע מענטשן וועלן אויך זיין רעדזשיסטערט און אנשטאטס נאר 53 פראצענט פון די וואוטס וועלן מיר האבן 58 פראצענט אדער 60 פראצענט.
חיים יאסל איז שולדיג פארן פייטן אין קרית יואל
מענצער איז שולדיג פארן משוגע מאכן דעם עולם מיט מציצה בפה
ארי' לייב איז שולדיג פארן חוזק מאכן פון הכרת הטוב
משה דוד איז שולדיג פארן נישט געבן קיין טראפ סערוויס פארן עולם
די זאליס שימפן און ברענען. סטוט זיך דארט גאנצע פייטס ווער איז שולדיג אז קאנאר האט אזוי מיאוס פארלוירן אין נידערמאנ'ס אייגענע (אמאל געוועזען אמאל געשעזען) וויליאמסבורג. יעדער לייגט די שולד איינער אויפן אנדערן. די יונגע בויטשיקעס טענה'ן אז די גאנצע סיבה איז ווייל סאיז נישטא קיין וואלן אין UJO און משה דוד נידערמאן האט זיך ארויף געזעצט אויפן עולם און ער האלט נישט ביים אוועקגיין. זיי שרייען אס סאיז געקומען די צייט אז משה דוד זאל רעטייערן און מאכן פלאץ פאר א יונגערן ענערגישן מענטש וואס איז גרייט צו נעמען די היט און ווערט נישט משוגע ווען סקומט ארויס אפאר צעטלעך קעגן אים, א מענטש וואס איז גרייט צו טון עפעס א גאנץ יאר אויך און נישט נאר פאר די וואלן. יעצט טענהן זיי אז אפילו זאליס האבן געוואוט פאר סקוואדראן ווייל זיי זענען גערעגט אז UJO געט נישט קיין סערוויס.
Ouch!!!
אין די איד גייען די זאליס זאגן אז זיי האבן געווינען פונקט ווי פאריגע וואך אין קוירט...
אין דער איד די וואך גייט
משה לייב דייטש וויינען אז וויליאמסבורג איז ציטיילט אן מען דארף זיך מאחד זיין
מיידלעך שטערן גייט וויינען אויף מציצה בפה וד"ל
משנה פילפף גייט אראפ ברענגען א ערבי נחל אז א דאנק סקאוודראן גייט מען זיצן נאך 3 יאר אין גלות
אין משה דוד גייט שרייבן א גאסט עדיטאריאל אז ער איז שוין טויט נאנט מיט סקאוודראן 15 יאר
אין דער עיקר איז אז מאיר ראטה גייט זיין העפי
תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 10/09/2008 14:56:54
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 10/09/2008 19:04:55
דוד'ל נישט אמת
99 קאנער
און נאר 0.99 סקוואדראן
און ווי איך הער האט מעיאר מענדל שווימער אנגערופן מארטין קאנער אים צו גראטולירן פאר זיין גרויסן זיג.
נישט מיר האבן געווינען נאר מציצה בפה האט געווינען.
דוד'ל, וואס גייסטו ברענגען: וועמענס ליסטע?
יעקב בער'ס, שלום דייטש'ס אדער דאקטער שפיצער'ס.
מוחל טובות פאר דיינע ליסטעס.
ביטע גיב נאר איין שורה:
א לינק צו די בארד אוו עלעקשאנס פון ניו יארק סיטי. קיין שום אנדערע נידערמאן גארבעדזש דארפען מיר נישט.
דוד האט געלאזט מעלדן אין אן אנדערן אשכול אז באלד ברענגט ער א ליסט וואו ער גייט אויפווייזן אז קאנער האט גאר געווינען.
איך קען וויסן פארוואס איך דארף ווארטן ביז באלד? נעכטן האט שוין יעדער געווואוסט די אפישל רעזאלטס און יעצט דארף כלל ישראל ווארטן אז די זאליס זאלן זיך צוזאמנעמען זייער מרה שחורה געדאנקען און פאבריצירן א פאלש צעטל מיט'ן הילף פון דאקטאר צוויי-יאנקעלעך שפיצער אויפצואווייזן אז מענדל שווימער איז יא מעיאר און מארטין קאנער איז יא סטעיט סענאטאר.
איך שפאציר פריער אריבער וואן סטאפ קאשער זעה איך ווי משה לייבלער מיטשטעט זיך מסביר צו זיין פאר א צווייטער אינגערמאן אז די נומערען ווואס ער האט אויף זיין צעטיל וואס איינער האט אום פארגעשריבן איז יא גערעכט.
ער טענה'ט קלאר אז ער האט געווינען, נאר די אהרונים ווילן פאדרייען א קאפ פונקט ווי די קאורט פון בית החיים, ווי זיי האבן אויך עכט געווינען.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/09/2008 19:46:25
הרחק מן הכיעור, וד"ל
דער וועבזייטל איז נישט אפּדעיטד פאר כמעט א וואך.
איז פון ווי נעמסטו די רעזאלטאטן?
תוקן על ידי הבדלה_מנין ב- 10/09/2008 20:01:56
די האסט ארויף געלייגט דעם סקוואדרין בענער דערויף עס זאל אויסזען אפציעל. ווען עס איז נאר נאמבערס וואס איינער האט דיר געזאגט.
האסט עפעס אפציעל מיט א מקור וואס יעדער קען זען?
|
פשוט איך שטוין אויף דע סאו לוזער בעביס
דוד דו טרייסט דיך מיט חלשות?
איך פרעג דיר א קשיא ענטפער מיר יא אדער ניין!
האט סקוואדראן געווינען???
יא אדער ניין?
דריי נישט מיטן צונג און ענטפער ווי א מענטש
יא אדער ניין?
דאס איז אלעס און מער דארף איך נישט.
וויי געוואלד,
פאר דאקטאר שפיצער האט וויי געטון די פיס און ער איז געבליבן אין מאנרא
מען זוכט א צווייטן זאל מאכן דעם פאלשן צעטל
איינער האט מיר יעצט געוויזן א שטיקל נייעס פון די פאריגע וואכעדיגע "דער איד" ווי זיי רעדן ארום איבער די סקוואדראן-קאננאר פארמעסט אין די 25'סטע דיסטריקט, ד"ה וויליאמסבורג, זיי זענען דארט מסביר כהיא לישנא:
"...און לויט קוועלער צייגן אינערליכע אנקעטעס אז קאנאר ציעט אן גאר שטארק - ארום אכציג פראצענט - צווישן די היספאנישע וויילער וועלעכע מאכן אויס ארום א דריטל פון די דיסטריקט"...
עד כאן לשונו של "דער איד"
נאכאמאל? א דריטל פון די וויילער אין די 25'סטע דיסטריקט זענען היספאנישע, און ביי זיי ציעט מארטי קאנאר אן גאר שטארק!
אין קורצן. א דריטל פון די שטימען וואס זענען אריינגעקומען פאר קאננאר זענען היספאנישע!
אוי וויי. עס רייסט שטיקער...
Statement by Rabbi David Niederman, President, United Jewish Organizations of Williamsburg, on the results of Tuesday's Primary Elections
September 10, 2008
The leadership of Williamsburg's Jewish community extends its congratulations to Senator-Elect Daniel Squadron on his victory in yesterday's Democratic primary, and we hope and expect to work closely with him.
Williamsburg has always showed its gratitude to the elected officials who have served us so well and for so long. Senator Connor deserves our respect and accordingly won by a margin of two to one in the predominantly Jewish election districts in Williamsburg.
Senator-Elect Squadron, as our new state senator, will be able to count on our full support going forward as he moves to implement our shared vision for more affordable housing, improved social services, enhanced workforce development, better police protection and all the other issues critical to continued growth and success in our community.
We look forward to working with Senator-Elect Squadron for the betterment of our community, our district, our borough and our city.
Media Contact: Bob Liff at 212-608-0333
איך גלייב אז די נאמבערס דארפען זיין ערגעץ, קיינער ווייסט נישט ווי מען קען דאס זעהן? נעכטען גלייך ווען איך האב געזעהן די נאמבערס האב איך געקוקט אויף סקוואדראנס וועב סייט אבער עס איז נישט געווען דארט און עס איז נאך יעצט נישט דארט, עס קוקט אויס ווי מען באהאלט דא עפעס.
| State Senate - District 25 - Dem Primary | ||||||||||||||||
|