מיינט נישט אז אויב נאר איר וועט נישט גיין שטימען וועט מען דאס אויך געווינען. ניין און נאכאמאל ניין! עס איז קריטיש וויכטיג צו האבן די שטימע פון יעדען איינציגער פערזאן!
לעבט אין ריאליטעט. דער מצב ביי די שטום בודקע'ס האלטן גאר גאר שוואך. די זאלי'ס קומען ארויס מאסן-ווייז שטימען פאר די UJO קאנדידאטן. זיי ארבייטן ארום אויף קעסל און כלים אז יעדע איינציגער אינגערמאן און בעה"ב זאל ארויסגיין שטימען.
מיר ברויכן זיי נאכטוען. יעדער איינער זאל ארויסגיין שטימען, אבער שוין יעצט, פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאטן.
נעמט דאס נישט פאר לייכט, מיר האלטן פארן פארלירן!
גייט יעצט ארויס שטימען. רופט אן אלע אייערע חברים און פרעגט זיי אויב זיי האבן שוין געשטימט. איר האט א באבע און זיידע, טראגט זיי ארויס צו די שטום בודקע'ס.
געדענקט. די זאלי'ס פירן דא א קאמפיין ווואס מ'האט נאך אין ערגעץ נישט געזעהן. שלום סאנדל האט א טראק מיט ספיקער'ס ווי ביים באגלייטן מוצאי יו"ט, זיי קלעבן צעטלעך יעדע פאר שעה פאר די לעצטע וואך. זיי טיילן צעטלעך אין אלע בתי מדרשים, האבן ערלים אין אלע ווינקלן פון די שטאט וואס טיילן זייערע צעטלעך. זיי פארמאגן 5 קאר'ס און ווענס מיט ספיקער'ס אויף די דעכער. אא"וו.
גייט שוין יעצט ארויס שטימען!