היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקניג: UJO רייסט סקוואדראנס נאמען פון וואוטינג בוט.

ברעיקניג: UJO רייסט סקוואדראנס נאמען פון וואוטינג בוט.

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2480166

זשוליאני08 » 9/9/2008 20:22

אינטימידעיאשן. פראוד. יא אלעס.

ס'איז דא בילדער ווי א יונגערמאן וועמען נידערמאן שיקט אראפרייסן דעם נאמען פון סקוואדראן פונעם וואטינג בוט.

אין די וואוטינג בוט איז דא די נעמען פון די קאנידאטן.
די דעפרעסטע חברה פון UJO האבן געשיקט א יונגערמאן, וועמען מ'האט געזען אראפרייסן דעם נאמען פון סקוואדראן אינעם וואטינג בוט אין PS 16.

ס'איז שוין די 5'טע מאל וואס זיי טוען עס.

יעדער זאל וויסן אז סקוואדראנ'ס נאמען איז גלייך אינטער CONNER.
אויב זעט מען נישט זיין נאמען, זאל מען עס עניוועי אראפדריקן און רופן די פאליס דארט.

מיר וועלן צייגן פאר די דעפרעסטע זאליס אז וואלן געווינט מען מיט סערוויס, נישט מיט טעראר!

קושקע » 9/9/2008 21:05

יעצט קאנפורמד, דער פארברעכער האט מיט א דשילעט ארויסגעשניטן סקוואדראנס נאמען.

רבי_יונה » 9/9/2008 21:15

זאג נאר דוד'ל, די טראכסט טאקע אז די תר"פ שטותים ארבעטען תשס"ח?

בערל550 » 9/9/2008 21:15

פון אלע בודקעס?

לעבעדיגער » 9/9/2008 21:17

דוד, די ביסט גוט! (צושפילט..)

זאג נאר. איר האט טאקע נישט קיין אויסזיכטן צו געוינען נאר מיט אזעלעכע מעטאדן ?

רבי_יונה » 9/9/2008 21:20

שעפעלע טייערער.
אזוי וועט עטס נישט געווינען

נעם עס דיר גוט אין קאפ.

דו וועסט עס אויך מודה זיין היינט נאכן פארלירן. (נישט פאר מיר. נאר שטילערהייט פאר דיינע זאליס).

לעבעדיגער » 9/9/2008 21:20

אוי דוד'ל. ס'איז היינט א קליינע וועלט.

כאפ א שפאציר צו ווילסאן סט. קארנער בעדפארד. שפאציר אריין אין די PS 16 און קוק זיך צו וואס דארט גייט פאר. מ'קען קיינעם נישט נארן.

לעבעדיגער » 10/9/2008 00:56

וואט אן איידיע!

אינטערסאנט. פארוואס איז מען נאכנישט אויפגעקומען אין קרית יואל מיט אזא זאך אז מ'רייסט ארויס די נאמען פון באנדא און פטור אן עסק.

זעהט אויס אז צו פעלטשן און איבערדרייען פארשטייען נאך אלץ די זאלי'ס אסאך בעסער. הער אויס. זיי האבן שוין אזא היסטארי און זיי האבן די עקספיריענס.