קאנער אדער סקוואדראן? ווער איז בעסער?
דוד האט געטוישט ניגון...
אין סענאט וואס האט ער דערווילוועט
אה דוד!
אט טאקע דאס האט ר' ארי' לייב גלאנץ יר"ה אויסגעשריגען ביים ראלי
"מיר זענען נישטא קיינעם ח"ו אונטערצורייסען און מיר פירן נישט קיין נעגאטיווע קאמפיין!"
מיר האבען שרעקליכע פראבלעמן אין שטאט ברוחניות ובגשמיות און קיינער קימערט זיך נישט צו העלפען!
אידן מוטשענען זיך נעבעך מ'דארף דירות!
וויליאמסבורג ווערט איבערגענומען מיט די געמיינסטע גויאישע עלעמענטן!
אידן ווערן קלאר דיסקרימענירט ביי די האוזינג אדמיניסטראציע!
30 יאר הבטחות האט געברענגט גארנישט!
מען ווערט איגנארירט און סיקירט!
מיר דארפען "טשענדזש"!
א וואוט פאר "סקאוודראן" איז א וואוט פאר א שינוי לטובה בעזה"ש!
עס איז נישט דא וואס צו רעדן אז פון א בלאק וואוט פארדינען עסקנים און פון צוויי בלאק וואוט'ס פארדינען אלע תושבים.
הגם אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געהאלטען פון ארויסווארפען א עקזיסטירדיגע באמטע.
אבער זעט אויס אז מען דארף א קרבן צו ווייזען פאר אלע אנדערע בעאמטע אז עס איז דא נאך א בלאק וואוט אין ער איז פשוט געפאלען דעם קרבן.
מה שאין כן סקוודרראן.
[quote]די אישו איז יעצט נישט ווער עס איז בעסער. קאנער איז שוין 30 יאר אין סטעיט סענאט דעריבער געט עס אים מער מאכט, אבער אויך אין פאל סקוואדראן זאל אריינקומען וועט וויליאמסבורג נישט אונטערגיין. דער עיקר איז צו גיין שטימען, און טאקע פאר קאנער צו ווייזן אז מיר שטייען אונטער ר' משה דוד. אבער דער עיקר איז ווי מער וואוטס!!! אלע אויגן איז געוואנדן אויף וויליאמסבורג וויפיל שטימען עס גייט ארוסיקומען פון דא.[/quote]
און מיט דעים טוה איך און נאך אנגעווייטאגטע (דאונט ווארי, כ'גיי נישט ארום מיט א אראפגעלזטע נאז,) מענטשען פון וויליאמסבורג דיסעגריען מיט דיר, דו האלטסט אז ווען מ'וועט וואוטען פאר קאנער און ווייזען אז מ'שטייט אונטער משה דוד איז א מעלה, און איך די מענטשען ווי מיר האלטן, אז מיטן וואוטען פאר סקוואדראן וועלן אלע פאלעטישען'ס וואס זענען שוין אין וויליאמסבורג אזוי ווי קאנער פאר דרייסיג יאר, וויסן, אויב קען מען נישט אנצייגן אויף קיין שום זאך וואס איר האט אויפגעטוהן אין די לעצטערע יארן, וועט מען פאר אייך נישט וואוטען! אבער צו זאגן אז מיטן ארויסגיין וואוטען פאר סקוואדראן גייט מען אינטערברענגען מציצה בפה, אדער וויליאמסבורג אין דזשענערעל, איז סתם פראפעגאנדע.
אבער דער עיקר איז ארויסגיין שטימען, וויטא לאפעז דארף וויסן, מיר זענען מער נישט זיינע אקסען, מיר האבן מער וואוטערס ווי ער האט!
דעריבער גייט ארויס וואוטען, סקוואדראן פאר סטעיט סענעטער!!!