היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלד...

פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלד...

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2479496

סקוואדראן » 9/9/2008 00:43

פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער !פעלדער פעלדער !
וואו מען שטייט און וואו מען גייט וואס מען לייענט און וואס מען הערט אלעס איז שמחה פעלדער
וואו האלט זיין קאמפיין און בארא פארק ? אלע חרדים וועלן וואוטען בכלל ? וועלן מיר ניו יארקער האבן א חרדישן סענאטאר און היסטארי ?
ביטע, ב"פ אינגעלייט נעמט אנטייל דא מיר ווילן מיטהאלטן לייוו

אדמיראל » 9/9/2008 00:50

פעלדער איז אין א טייט רעיס, דע איינציגסטע טשענס וואס ער האט איז אז די שחורים זאלן זיך צוטיילן צווישן זייערע צוויי קאנדידאטן, און דאן ווערטער קענען אריינקומען א זיגער.

אבער געדענק! אן אונזער שטיצע איז ער א זיכערע פארלירער!

גייט ארויס שטימען פאר שמחה פעלדער פאר סטעיט סענאט!

איוואן » 9/9/2008 02:56

שמחה פעלדער שטיייט אביסל שמאל אין די בארא פארקע געגענט.

די חרדים זענען נישט אזוי שטארק פאר אים דאס מאל, די פינקליכע סיבה ווייס איך נישט אבער אלע יודעי דבר זאגן אז ער האט שמאלע שאנסן צו געווינען.

קושקע » 9/9/2008 02:58

פעלדער איז אין א שווערע דיסטריקט, ער דארף ממש אלע פרומע וואוטס צו אפשר האבן א שאנס.

הלוואי ער מאכט עס, אבער איך געב שוואכע שאנסן...

פעטרסאן08 » 9/9/2008 03:25

איך הער ער דארף האבן 9000 וואטס פין ב"פ , אך גלויב שווער אז ער קען עס באווייזן

עפשטיין » 9/9/2008 04:12

וויפיל האבען די טונקעלע? עס איז דא א מוראדיגער האס אין ב"פ ביי אסאך יחידים קעגען אים.

אגודיסט » 9/9/2008 19:36

 רבותי שמחה פעלדער דארף גרויס סייעתא דשמיא ער זאל געוואונען!
נעמט עס נישט לייכט גייט איר מיט אייערע חברים!
עס איז גאר קריטיש !
עס קען ארויס קומען א שרעקליכע חילול השם אויב ער פארלירט !
לאמיר צוזאמען ווייזען די אידישע כח און בארא פארק און אוועק קוקען פון אלע נגיעות!
עס איז א היימישען איד א
קעגן א שווארצע גוי
שמחה פעלדער האט דעליווערט און דעם יאריגען שווערן סיטי בודשעט איבער 20 מיליאן דולר פארן היימישען עולם!
אלע היימישע פאליטישע עסקנים אינדארסען אים!

סקוואדראן » 9/9/2008 21:47

וואו האלט די מצב?

אגודיסט » 10/9/2008 00:12

רבותי לא עת לחשות,
גייט ארויס שטימען פאר פעלדער
כאפט נאך אריין ווי לאנג עס איז נאך נישט צו שפעט!
נאך פיר שעה איז דא צו שטימען אויב זענט איר נאך נישט געגיינגען שטימען גייט איצט און נעמט מיט אייערע חברים 
נישט שטומען פאר פעלדער מיינט נאך צוויי יאר מיט א שווארצע קעווין פארקען
 
 

דוד46 » 10/9/2008 00:28

וואס האט פעלדער דעליווערט?

אויסער שטימען מיט די קאנסעשן פרייסינג פאר מעיאר בלומבערג וואס פאר דעם האט אים בלומבערג יעצט אינדארסירט

יכול » 10/9/2008 00:31

גראדע איז נישט אזוי שלעכט געווען די לעצטע צוויי יאר מיט קעווין פארקער...
ווייל שמחה האט דעסיידעט יעצט צו לויפען קעגן אים, ווייל ער וויל נישט בלייבען אהן א זשאב, מיינט נאכנישט אז ער איז שלעכט געווען.
ווילסט אריינברענגען א היימישען, זייער גיט מה טוב ומה נעים אבער מאך עס נישט כאילו אונז האמיר געליטען צרות צרורות פון א שונא ישראל.

מרוח_אשך » 10/9/2008 06:29

ר' שמחה פעלדער האט פארלוירן צו קעווין פארקער דעם פארמעסט פאר סטעיט סענאט פון בארא פארק



KEVIN PARKER 9,334 49%  
SIMCHA FELDER 6,994 37%  
KENDALL STEWART 2,638 14%

מרוח_אשך » 10/9/2008 06:40

ר' שמחה פעלדער שפאצירט אין בארא פארק מיט זיין קעגנער קעווין פארקער (מיט די ווייסע סוט) ווי אויך מיט קאנגרעסמאן ווינער און די עסקנים הרב קויפמאן הרב נאה און הרב דאסקל פון בארא פארק שומרים

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 10/9/2008 19:29

ווען איז די בילד גענומען געווארן?