היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאכנישט גענוג: נייע בייק-לעין!!

נאכנישט גענוג: נייע בייק-לעין!!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2479426

רבי_יונה » 8/9/2008 22:56


מורי ורבותי

אויב מען ליידט נאכנישט גענוג פון די בייק לעינס אנשיקעניש אין ווילי, ווילן די שטאטישע טאטעס מוסיף זיין חטא על פשע און צולייגן פרישע בייקלעינס.

ווער עס האט די יכולת זאל גיין היינט נאכט צו א קאמיוניטי באורד הירינג, אויף מאנהעטן עוועניו נישט ווייט פון וויליאמסבורג, און אויסדרוקען דעם פראטעסט פון וויליאמסבורגער איינוואוינער. גענוג איז גענוג.

גייטס אריין אין דעם לינק פאר מער אינפארמאציע.

http://www.streetsblog.org/2008/09/08/brooklyn-cb1-hears-two-proposals-for-safer-streets-tonight/

דוד46 » 8/9/2008 23:08

ווער האט דיך נישט געלאזט פראטעסטירן פריער?

און ווער אויב נישט קיין אנדערער ווי דער מעיאר וואס האט ארויפגעצוואונגען דעם בייק-לעין אויף וויליאמסבורג, און דער זעלבער מעיאר שטיצט סקוואדראן!!!!

רבי_יונה » 8/9/2008 23:16

ווייל דער פאררעטער נידערמאן האט אונז אלע פארראטן.

דוד46 » 8/9/2008 23:21

קענסט שרייען ביז איבערמארגן...

דער עולם לאכט פון דיר

קענסט גיין שרייען אין סיטי האל אויב דער מעיאר וועט דיך וועלן אויסהערן