די זאליס האבן די לעצטע טעג און איבערהויפט היינט אנגעהויבען מיט א שרעקליכע מיאוסע קאמפיין קעגן דניא' סקוואדראן, זיי האבן אונטער געלייגט אין די פראדשעקס נעכטן מיאוסע שמוציגע צעטלען קען אים, אזוי אויך האבן זיי היינט פארטיילט אין ראדני מיאוסע געמיינע צעטלען קעגן אים.
קלאמפיש אונטערן נאמען פון מציצה בפה, זיי האלען זיך נישט אפ פאר גארנישט.
אזוי אויך לויפן זיי ארום א גאנצען טאג און רייסן די צעטלען פאר סקוואדראן, אויך האבן זיי געסטראשעט דעם קלעבער לעווי אז טאמער ער וועט הענגען צעטלען פאר סקוואדראן וועט מען אים חרוב מאכן און ארויס גיין קעגן אים.
יונה'לע
עס וועט ענק גארנישט העלפן.
ענק קענען מאכן פאלשע צעטלעך וויפיל ענק ווילן, אבער וויליאמסבורג ווייסט שוין אז די שמוציגע ארבעט קומט פון די אהרונים.
נעכטן נאכמיטאג בשעת עס האט זיך אנגעהויבן די ראלי האט שלום דייטש געמאכט א ריקארדינג וואס ארומגערופן אין גאנץ וויליאמסבורג אז מ'זאל חלילה נישט ארויסגיין צום ראלי וויבאלד מ'מאכט חרוב דערמיט די מערכה פון מציצה בפה.
וויליאמבורגער איינוואוינער ווייסן שוין היינט פונקטליך פארוועמענס אינטערעסן די מציצה בפה קאמפיין איז געווען, פארוואס מ'האט געמאכט א ראלי פאר בלומבערג, פארוואס מ'האט צוזאמגענומען אינטערשריפטן. אא"וו.
UJO האט גענומען א מערכה און זיי פראבירן דאס אויסצוניצן פאר זייערע פריוואטע אינטערעסן.
ער איז געווארן א משומד....
נידערמאן מיט מענצער און שלום דייטש מיינען אז מיר זענען טאקע פשוטע און פוסטע קעלבלעך...
קוקט וויאזוי נידערמאן מיט מענצער מאכט פון אונז ליצנות.
[בילד – נישט אפגעהיט]
wow
דאס איז די בעסטע באווייז ווער עס האט געמאכט דעם צעטל
ווער עס ווייסט איז נישטא קיינמאל קיין שום קאמפיין צעטל אונטערגעשריבן דורך ר' משה דוד נידערמאן
אבער די אפסטעיט קאמפיין לוזערס ווייסן אפילו נישט פון אזא פשוטע זאך
Keep on your good work
מענצער האט דאך דאס געסטראשעט די סיטי האל און אומר ועושה
ער דערמאנט מיר פון זיין קאמפיין פאר פאטאקי וואו ער האט דאן געפייט סאטמאר און ער האט ארויסגעווארפן אן אינקאמבענט און לכבוד דעם האט ער און פאקעט און גאנץ פאפא קרי' וועם ער האט אויסגעניצט איז אויפן וואסער
די שאלה איז נאכן מאכן קרוב צו $100,000 פון BLOOMBRG 2005
האט ער די עזות צו פייטען דער וואס האט איהם דערליווערט ?
די קליינע "מאנראו קעפלעך" מיינען אז זיי האנדלען דא מיט דארפסלייט ווי ביי זיי.
ב"ה דער וויליאמסבורגער ציבור זענען קלוגער פון דעם
אויב ווילט איר האבן פראוו אז נידערמאן ארבעט פאר זיך אין נישט פאר די ציבור, לאמיר טאקע נעמען די מערכה פין מציצה בפה, עס איז נישט די ערשטע מאל וואס דער פארעטער נידערמאן ניצט די מערכה פאר זיינע אייגענע איטערעסן.
1) נעכען האט מען מיר אנגעקאלט בשם וועד מציצה בפה, אז מען זאל ח"ו נישט גיין צי די ראלי ווייל די קאנדידאט האט געשטיצט די מערכה קעגן מציצה בפה. (באמת האב איך טאקע נישט געוואלט קיין צי די ראלי אבער די פאן קאל האט מיר געמאכט גיין), אפשר ווייסט איינער ווי דער קאנדידאט איז געווען ביי די מציצה בפה מערכה ווי איז ער געווען עלעקטעט? אז ער זאל האבן עפעס א חלק אין די מערכה קעגן מציצה בפה? דאס הייסט אויסגעניצט די מערכה פאר אייגענע איטערסן אין עולם גולם וועט גלייבן. אין ביי די וועי ווייסט איינער ווי מארטי קאנער איז געווען ביי די מערכה???
2) ווער געדענקט נישט וועןמען האט צוזאמגענומען חתימות פון "גאנץ" כלל ישראל אין ברוקלין וועגן מציצה בפה, וואס האט דער פארעטער נידערמאן געטוהן מיט די חתימות? (אזוי ווי די מערכה איז שוין געווען אווער דעמאלס אין מען האט שוין נישט געדארף האבן די חתימות מער) ער ציזאמען מיט זיין שטריק האט גענומען די חתימות אין עס געגעבן פארן מעיאר אז די חתימות זענען פין אלע אידן וואס ווילן נישט אז עס זאל זיין קיין עירוב, אין די אלע מענטשען פארטרעט (ליין.. פארעטרעט, אין טרעט אויף זיי), ער אין אז די מעיאר זאל שיקן די פאליס זיי צי וואטשען אין ראדני בית המדרש.
אין ביי די וועי איך האב געמיינט אז די מערכה קעגן מציצה בפה איז שוין פערטיג, דער וויליאמסבוגער פארעטער נידערמאן האט זיך אין דער איד גענומען די קרעדיט אז ער האט מבטל געווען די גזירה, וואס איז יעצט געשען וויל איינער יעצט מבטל זיין מציצה בפה, אז די וועד מציצה בפה האט זיך אויפגעוועקט???
אין לסיום איינער ווייסט ווער די וועד מציצה בפה איז??? אין וואס טוט די וועד??? ווי איך פארשטיי מאכט די וועד, מציצה בפה פונעם חשובען ציבור פין וויליאמסבורג.
קענסט שעלטן וויפיל דו ווילסט
ווען נישט ר' משה דוד וואלט היינט קיין שום מוהל נישט געקענט פראקטיצירן מציצה בפה!
זאגט דוד'ל אפשר זאגטסטו מיר וואס נידערמאן האט געטו מבטל צי זיין די גזירה? לויט ווי איך געדענק איז געווען נאר אנדערע ערליכע עסקנים וואס האבן מבטל געווען די גזירה.
אין אז מען רעדט שוין יא פיו דעמאלס זאגט דיין צדיקל לויפט נאך פין סיטי האל?
תוקן על ידי יודלע ב- 08/09/2008 21:40:24
יעדער רב און יעדער גרויסער עסקן ווייסט עס שוין פאר 5 יאר, נישט אומזיסט איז חיים דוד צוויבל מיט אלע רבנים נישט געוואלט מיטשטיין
סקווירא וואס האט עס אויף די סטעיט לעוועל ערלעדיגט, האט אויך געזאגט אז ווען ער האט געזען מגושם'דיגער מענצער זיך זארגן פאר יהדות, האט ער שוין געזען דעם מציאות
די אגודה האט נישט געוואלט מיטשטיין ווייל זיי זענען גרייט איינצוגיין אויף פשרות!
און דערווייל ארבעט סקווירא מיט... ר' יונתן מענצער
MAKE UP YOUR MIND
אויב האט נידערמאן ארלעדיגט מציצה בפה, וויאזוי קען עס סקוואדראן יעצט צעשטערן.
אויב האט נידערמאן ערלעדיגט מציצה בפה ביי בלומבערג, וויאזוי וויל יעצט בלומבערג עס צוריק צושטערן.
MAKE UP YOUR MIND
אויב קען מען איינרעדן אז MARTIN CANNER איז
מאָטי קאנער
קען מען פון דאך מארטין קאנער מאכן
JESUS O'CONNER אויך.
פארוואס טאקע האסטו יונה'לע געמאכט א פאשקוויל אין נאמען פון ר' משה דוד איבער די אישו פון מציצה בפה?...
Sour Looser
מציצה בפה איז א פארברענטער אישו דערנאך וואס מען האב עס אויסגענוצט אויף פאליטיק האט קיינער מען נישט געהאט קיין טראסט אין די עסקנים.
יא! זיי מאכן א גיטער דזשאב, א יעדער נארמאלער וויליאמסבורגער איינוואוינער וועט פאלגן וואס UJO הייסט, ווייל א נייטראלער אדער איינער וואס באלאנגט נישט צו סאטמאר, ווי וויען קלויזענבורג וויזניץ פאפא אדג. וועט פאלגן וואס UJO הייסט.