היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מיט וואס איז דער בעלזער ציון הייליגער פון ציון פון רביה"ק?

מיט וואס איז דער בעלזער ציון הייליגער פון ציון פון רביה"ק?

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2477721

משה_הלוי » 5/9/2008 21:14

קען מיר איינער אפשר מסביר זיין פארוואס די חשובע הויכגעשעצטע 'בית דין הגדול שבירושלים' ארויסגעקומען מיט א מחאה פאר'ן מבזה זיין די ציון פון הרה"ק מהר"א מבעלזא, בשעת און די אלע לעצטע יארען האבען די זלונים מבזה געווען די ציון פון רביה"ק אין קרית יואל? ואין פוצה פה?

ווער געדענקט נישט ווי זיי פלעגען ווארפען שטיינער אויף זייערע היינטיגע חברים? (אהבה המוסתרת...) אין דעם הייליגען יארצייט פלעגט די ציון פון רבין ווערען מבוזה לעיני כל העולם כולו, אז די פאליציי האט געמוזט שטיין און אכטונג געבען, האט די בית דין דעמאלס ארויסגעגעבען א מחאה? ניין!

קוקט אויס אז נאר די בעלזא ציון איז לדעת העדה החרדית אין "דער איד" א 'מקום קדוש'...