אוי באשעפער
נאר אויף דעם האב איך מיך נישט גערישט...
דוד'ל דיינע פיקטשערס זענען געוואלדיג! יעצט ווען די האסט א טשענס, לייג ארויף א פיקטשער פון די איבעריגען עולם, קודם פון די איבעריגע מענער וואס זענען געשטאנען, און דערנאך פון די וואס זענען געזיצן, פון די פרויען גייעך דיך נישט בעטןן ארויפלייגן קיין פיקטשערס.
אבער ווי זענען די קינדער פארשווינדען געווארן? קען זיין אז די איבעריגע מענטשען מיט די קינדער האסטו אוועקגעלייגט פאר נעילת החג פיקטשער? (בדרך אפשר)
פרעג יונה'לע
ער האט ארויפגעלייגט דעם פיקטשער, איך האב עס נאר גענאמבערט
און דער עיקר: ביי מיר איז אלעס איין חילוק, עס ווייזט נאר אז ביי די אהרונים איז דא נאר א "וואן וועי". ענק זענען די וואס האבן אלעמאל געציילט און געמאסטן פיקטשערס צו ווייזן ווער עס איז גרעסער און שטערקער, נו יעצט מוזן ענק דאס אויך אויפעסן.
וואוט פאר צוויי !
וויליאמסבורג ! וועקט אייך אויף
די צוויי מענצערס מיט נידערמאן מאכן מיליאנען און לאכן פון אונז, יאר איין און יאר אויס
צוזאמען מיט די פאר יחידים און מיר בליטיגען פאר א דאלער, פאר א דירה
א פסח וואו שווער קומט פאר יעדן איד, א זימער מיט די קעמפס וויפיל קאסט ווער רעדט נאך פון רענט
די באנדיטען פאקן די טאשן, און מיר וואוטען ווי קעלבלעך, געניג!
איי וועט איהר פרעגן, וואס איז די נייע בעסער? די תירוץ איז צוויי! ווען איינער ארבעט ווערט א קאמפעטישען
אבער כדי עס זאל זיין צוויי, מיז מען וואוטען פאר דניאל סקוואדראן!
עסן און טרינקען וועט מען אי"ה מארגן.
די וואדקע איז שוין אין פריזער.
איך האף אז דעמאלטס וועסטו מיך דזשוינען פאר א לחיים און נישט פארשווינדען ווערן ווי אייביג.
| דוד46 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | און דער עיקר: ביי מיר איז אלעס איין חילוק, עס ווייזט נאר אז ביי די אהרונים איז דא נאר א "וואן וועי". ענק זענען די וואס האבן אלעמאל געציילט און געמאסטן פיקטשערס צו ווייזן ווער עס איז גרעסער און שטערקער, נו יעצט מוזן ענק דאס אויך אויפעסן.
|
|
שוין לאנג נישט געגעסן מיט אזא אפעטעט!
קענסט שוין היינט טרינקען, וואס עפעס ווארטן ביז מארגן?
אבי דו האסט א קליינעם אפעטיט...
איין זאך יעדער רעדט פין דעם ראלי
פארפאלען, די זאלליס מאכן א גיטער קאמפיין, לאממיר זעהן אויב עס וועט זיי העלפן ביי די וואהל בודקעס, דערווייל האבן די ארונים נישט געהאט קיין סוקסעס, ווייל די ראללי איז געווען א גרויסער "נישט סוקסעס", איר געדענקט אוודאי די ראללי וואס UJO האט געמאכט פאר בלומבערג? דאס הייסט א סוקסעס.
וויאזוי איז עס געווען? ווכער האט בעסער ארויסגעברענגט דעם עולם?