היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענאט!

"דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענאט!

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2477201

אדמיראל » 4/9/2008 20:59

דעם קומענדיגן דינסטאג, סעפטעמבער 9 וועט פארקומען קריטיש וויכטיגע פריימערי וואלן פארן 'סטעיט סאנאט' זיץ וואס נעמט אריין א גרויסן חלק פון אלט-וויליאמסבורג.

עס לויפט אויף דעים אמט א לאנגיאריגע געהילף פאר סענעטער שומער דניאל סקוואדראן, א יוד, מיט א געפיל פאר אלע וויכטיגע יודישע אישוס, ער קומט פון לאוער מאנהעטן, ער האט די שטיצע פון סענעטער שומער, ווי אויך, צוליב זיין זעלבשטענדיקייט, ווי ער האט זיך אלעמאל ארויסגעשטעלט ווען עס איז געקומען צו וויכטיגע אישוס, געניסט ער פון די שטיצע פון מעיאר בלומענבערג, און פון די אנדערע פאליטישע פירער.

מען בעיט דעם עולם זאל ארויסגיין ווייזן הכרות הטוב, און שטימען פאר דעם קאנדידאט וואס פייט און פארשפרעכט ווייטער צו ארבעטן פארן וואוילזיין פונעם היימישען ציבור.

געדענקט דעים קומענדיגן דינסטאג ליגט וויליאמסבורג'ס צוקונפט אין אונזערע הענט, גייט ארויס שטימען "דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענאט!!!

האקאבו » 4/9/2008 21:42

אדמיראל, האסט פארגעסן פון די ראלי וואס גייט פארקומען דעם זינטאג אין וויליאמסבורג העכער די הייוועי אויף לי עוו.  אום 6:00 קומטס ארויס אין די מאסן!!!

דוד46 » 4/9/2008 23:41

מיט וואס האט סקוואדראן זיך ארויסגעשטעלט לטובת אידישע אינטערעסן?

אינעם עדיטאריעל פון "די צייטונג" ברענגט ער גוט ארויס וואס פארא שייכות סקוואדראן האט צו אידישקייט...

און וואס פארא הכרת הטוב האבן מיר צו סקוואדראן? אדרבה, מארטין קאנער אלס פארטרעטער יארן לאנג דארף אונזער הכרת הטוב שטיצע.

בפרט ווען די גאנצע סקוואדראן קאמפיין איז א טייל פון צעיאר בלומבערג נקמה אקציע קעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט אין די סטעיט גאווערמענט ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן א "כאפ לאפ" שטיצע פאר זיין קאנטראווערסיאלן קאנסעשן פלאן צו דארפן צאלן 8 דאלער אריינצוקומען קיין מאנהעטן וואס וואלט אפגעקאסט שווערע געלטער פאר חרדישע אידן וואס קומען ארבעטן קיין מאנהעטן.

אין תוך גערעדט, וואס האט וויליאמסבורג בכלל געהאט פון בלומבערג? ביי די מציצה בפה פרשה האט ער זיך אהערגעשטעלט, אבער דאס איז געווען במשך די ואל קאמפיין, און תיכף נאך די וואלן האט דער העלט קאמישאנער ארויסגעגעבן זיין ריפארט וואס האט פשוט חוזק געמאכט פון די פריערדיגע הבטחות פון מעיאר.

וואס האט וויליאמסבורג "יא" געהאט פון מעיאר בלומבערג? דאס איז די בייק לעינס, וואס טראץ די קעגנערשאפט פון די לאקאלע קאמיוניטי באורד מעמבערס, האט ער זיך אנגעפיפן און דירעקט יא באשטעטיגט די לעינס.

סקוואדראן » 5/9/2008 00:11


די מעלה פון דניאל סקוואדראן איז:
מלא חן
פיל מיט ענערגיע
א שארפע מוח
מיט א קאמאן סענס
פון די טשאק שומער חדר וואס ווער עס איז באקאנט ווייסט צו זאגן אז דארט דארף מען קענען ארבעטן


סקוואדראן » 5/9/2008 00:14


אדרבה! וואס איז די הכרת הטוב ? זאגט איין זאך וואס קאנאר האט דערליווערט ?
וואוט פאר א נייעם ענערגישן פארטרעטער פון וויליאמסבורג!

סקוואדראן » 5/9/2008 00:37

מיט וואס האט סקוואדראן זיך ארויסגעשטעלט לטובת אידישע אינטערעסן?
דניאל סקוואדראן ארבעט שוין יארן פאר סענאטאר שומער לטובת אידישע אינטערעסן, יעדע קאמיוניטי וואס שומער האט באזיכט (חוץ וומ"ס ווי יעדער פארשטייט) קען דעם דניאל
אינעם עדיטאריעל פון "די צייטונג" ברענגט ער גוט ארויס וואס פארא שייכות סקוואדראן האט צו אידישקייט...
ווייל אלבערט פריעדמאן שרייבט, א יחיד וואס איז א פערזענליכע פרענט פאר קאנאר (און א פאר $$ עדס כדרכו)
און וואס פארא הכרת הטוב האבן מיר צו סקוואדראן? אדרבה, מארטין קאנער אלס פארטרעטער יארן לאנג דארף אונזער הכרת הטוב שטיצע.
וואס האט מארטי קאנאר געטוהן ? וואס טוט ער אלץ לאנגער פארטרעטער?
בפרט ווען די גאנצע סקוואדראן קאמפיין איז א טייל פון צעיאר בלומבערג נקמה אקציע קעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט אין די סטעיט גאווערמענט ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן א "כאפ לאפ" שטיצע פאר זיין קאנטראווערסיאלן קאנסעשן פלאן צו דארפן צאלן 8 דאלער אריינצוקומען קיין מאנהעטן וואס וואלט אפגעקאסט שווערע געלטער פאר חרדישע אידן וואס קומען ארבעטן קיין מאנהעטן. 

דניאל סקוואדראן לויפט שוין באלד א יאר, בלומבערג האט זיך צוגעשטעלט צו איהם נישט פארקערט, און לגבי מציצה זאלסטו שרייען אויף נידערמאן וואס וואו באקאנט האט די וואלן גארנישט געהאט מיט מציצה נאר זייער אייגענע אגענדא, כדי צו געינען ביי בלומבערג זייערע טאשן האבן זיי געמיזט דערליווערן וואוטס און כדי דער ציבור זאל וואוטען האט מען געשריגן א וואלף, יעדער איז אנגווייטאגט דערויף און עס איז זייער גוט צו זעהן אפילו נידערמאן שטיצער פארשטייען אז בלומבערג האט גארנישט דערליווערט און תוך כדי דיבור מיינט דאס אז "נידערמאן האט גארנישט דערליווערט פון בלומבערג פאר וויליאמסבורג" מיר האלטן אויך אזוי

אין תוך גערעדט, וואס האט וויליאמסבורג בכלל געהאט פון בלומבערג? ביי די מציצה בפה פרשה האט ער זיך אהערגעשטעלט, אבער דאס איז געווען במשך די ואל קאמפיין, און תיכף נאך די וואלן האט דער העלט קאמישאנער ארויסגעגעבן זיין ריפארט וואס האט פשוט חוזק געמאכט פון די פריערדיגע הבטחות פון מעיאר.
קוק פריער
וואס האט וויליאמסבורג "יא" געהאט פון מעיאר בלומבערג? דאס איז די בייק לעינס, וואס טראץ די קעגנערשאפט פון די לאקאלע קאמיוניטי באורד מעמבערס, האט ער זיך אנגעפיפן און דירעקט יא באשטעטיגט די לעינס.

בייק לעינס האט די קאמיוניטי בארד צו אונזער שאנדע אפראווד! יא יא !
די גאנצע מעשה אז מען האט נישט געוואוסט איז שוא ושקר! 
און בארא פארק האט מען נישט געמאכט קיין בייק לעין, פארוואס?

יודלע » 5/9/2008 00:43


איך בין אביסעל דיסאפוינטעט אין יו זשעי קעיר מיט זייער אינדארסמענט אין איך וויל פארשטיין וואס גייט דא פאר.

וויפיל איך האב מיט געהאלטן די לעצטע פאר יאר איז סטעיט סטנטאר מארטי קאנער געווען גרייט אייביג צו ארבעטן מיט יעדן איינם, אין געקוקט אויף אונזער זייט ווען קיינער האט נאכנישט געקוקט אויף אונזער זייט, ער איז אלס געווען דא גרייט צי העלפן א יעדן איד נישט קיין חילוק פין וועלכע חסידות ער איז... אין זיך נישט דעשראקען פין די העצערייען פין נידערמאן וקאמפעני, איז ווי איז אונזער הכרת הטוב? פאר וואס זאל איך שטימען פאר איינעם וואס איך קען נישט אין ווייס נישט וואס ער וועט זיין ווען עס איז דא א איקאמבענט וואס האט געטוהן פאר אונז זייער א סאך.

אין אויב ווילסטו מיר זאגן אז מעיאר בלומבערג האט געבעטן אז מען זאל אים אינדארסען, וויל איך וויסן וואס זענען מיר שולדיג פארן מעיאר (חוץ צי באצאלען פאר די פארקינג טיקעטס, העכערע טעקסעס, ציגערעטאן פרייזן, אין אויב גייט עס ווען זיין וועג וואלטן מיר געצאלט $8 פארן אריינפארן אין מאנהעטאן יעדן טאג), אין די בייק לעינס ועל כולם האט ער געוואלט מבטל זיין ח"ו מציצה בפה. סא איך ווייס נישט וואס מיר זענען שילדוג פאר אים, איר געדענק נאך הערסאן פלעיס???


יעצט צי די צווייטע זייט זיי האבן אינדארסט קאנגרעסמאן עד טאנס, ווייסט איינער וואס עד טאנס האט שוין דיליווערט פאר זיין דיסטריקט אין די לאנגע יארן וואס ער איז שוין אויף זיין בענקעל, (איך רעדט שוין נישט וואספארא ליצנות ער איז אין קאגרעס פאר זיין טיפשות, איר ווייסט אז אפי' יעצט ווען זיין פארטיי איז אין פאער, איז ער נישט אויף קיין איין וויכטיגע קאמיטי) איין זאך וואס ער האט געטוהן פאר ווילי די אלע יארן ער האט אויסגעהאלטן א וויליאמסבורגע ארימאן (ליין.. עושר) משה דוד נידערמאן אויף זיין פעראל, אין נידערמאן האט אים אין טאש.

אין נאך מער ווען אלע פאליטישאן'ס האט שוין איין געזען אז וויליאמסבורג האט נישט נאר איין פארטרעטער, אין נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג, איז ער נאך געווען פין די אייציגסטע וואס האבן עס נישט געוואלט איין זעהן? ווייס איר אז נאך לעצטענס האט ער געדארף האבן מיטונג מיט יו זשעי קעיר פארשטייער, אין און די לעצטע מנוט האט עס זיין סטעף... געקענסעלט (אזוי זאגט ער אז ער האט נישט געוויסט). יא ער איז נידערמאן אין נידערמאן איז ער.

אין יעצט ווען ער שטייט אויס פאר א שווערע ריעלקשאן, איז ער געקומען צי לויפן, אין ער האט זיך אויפגעוועק פין די רעגאסטרעשאן דרייוו, אז מיר לעבן ווי איז ער געווען ביז יעצט, אין ווער זאגט אז נאך די וואלען אויב ער געווינט (ח"ו), וועט ער זיך ווייטער נישט וויסענדיג מאכן פין אונז? יעצט לאז אים נידערמאן קומען צי אונז ווייל ער דארף אים האבן כדי צי באקומען ווייטער פעראל פין אים.

צו ווייסט איר אז ווען מען האט געהעכערט די רענט'ס אין בעדפארד גארדענס, איז ער נישט געווען צי באקומען, אבער אין א אנדערע דיסטריקט אין קאני איילענד ווען איינער האט געוואלט אפקויפן אזא מין גאוועמעט פראדשעקט ווי בעדפארד גארדענס, איז טאנס דארט געווען אין פארפירט אז מען וועט העכערן די רענט'ס. ווייסט איינער די חילוק ? איין תירץ איז דא אז קראוס מענעדשמענט (בעדפארד גארדענס) באצאלט פאר אים אין פאר איינער נידערמאן וואס איז אויף זיין סטעף.

על כן וויל איך פארשטיין פארוואס זאל איך שטימען פאר אזא איינער וואס דארף אונז נישט נאר ווען ער האט א שווערע ריעלקשאן'ס, מיר זענען נישט קיין קעלבליך אז מיר זאלען גיין שטימען פאר וועם איר ווילט, מיר האבן קשוית אין מיר ווילן פארשטיין פארוואס מיר זאלן שטימען פאר די קאנדידאטן וואס יו זשעי קעיר האט אינדארסט, ביי מיר איז עס א עולם הפוך ראיתי. אפשר קען מיר איינער מתביר זיין וואס דא גייט פאר??






נ.ב. עס טוט מיר וויי אז איך דארף זיין אויף איין זייט מיט דוד'ל




דוד46 » 5/9/2008 01:24

יודל'ע

מיר טוט נישט וויי צו זיין אויף איין זייט מיט דיר אדער אן אנדערער אהרוני ווען די פאקטן זענען בולט.

די הויפט שאלה שטעלט זיך דא: איז דא איין מענטש וואס קען זאגן אז ר' משה דוד האט אים "נישט" געוואלט העלפן צוליב די אינערליכע פאליטיק????

אדרבה, יעדער קען זיך איבערצייגן וויאזוי "יעדער" איד פון אלע שיכטן אוןק רייזן ווערן ארוסיגעהאלפן — אדער לכה"פ מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אים צו העלפן — אין די אפיסעס פון יו.דזשעי.א.

איך פארשטיי אז די אהרונים קענען נישט צוקוקן אז ר' משה דוד באלאנגט נישט צו זייער זייט, אבער דאס גיט זיי נישט קיין בארעכטיגונג אים צו באשמוצן ווי דער וועלטס–פארברעכער. איר ווילט האבן אייגענע עסקנים, בכבוד גדול!

דעקלעראציע » 5/9/2008 01:29

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

.

די הויפט שאלה שטעלט זיך דא: איז דא איין מענטש וואס קען זאגן אז ר' משה דוד האט אים "נישט" געוואלט העלפן צוליב די אינערליכע פאליטיק????

אדרבה, יעדער קען זיך איבערצייגן וויאזוי "יעדער" איד פון אלע שיכטן אוןק רייזן ווערן ארוסיגעהאלפן — אדער לכה"פ מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אים צו העלפן — אין די אפיסעס פון יו.דזשעי.א.



דוד'ל

ענטפער אויף איין זאך מיט וואספארא רעכט איז נידערמאן געלאפן צים ניו יארק פאוסט יולי 14 2008

די תירץ איז ווייל ער וויל העלפן , וועמען וויל ער העלפן

סקוואדראן » 5/9/2008 01:41

צום ערשט עס זעהט אויס די פארשטייסט דעם עסק במילא וועסטו פארשטיין וואס דא טוט זיך

 

איך בין אביסעל דיסאפוינטעט אין יו זשעי קעיר מיט זייער אינדארסמענט אין איך וויל פארשטיין וואס גייט דא פאר

 

יו זשעי קעיר אינדארסט נישט אבער די מיינסט זייער פירער אוודאי


וויפיל איך האב מיט געהאלטן די לעצטע פאר יאר איז סטעיט סטנטאר מארטי קאנער געווען גרייט אייביג צו ארבעטן מיט יעדן איינם, אין געקוקט אויף אונזער זייט ווען קיינער האט נאכנישט געקוקט אויף אונזער זייט, ער איז אלס געווען דא גרייט צי העלפן א יעדן איד נישט קיין חילוק פין וועלכע חסידות ער איז... אין זיך נישט דעשראקען פין די העצערייען פין נידערמאן וקאמפעני, איז ווי איז אונזער הכרת הטוב? פאר וואס זאל איך שטימען פאר איינעם וואס איך קען נישט אין ווייס נישט וואס ער וועט זיין ווען עס איז דא א איקאמבענט וואס האט געטוהן פאר אונז זייער א סאך.
וויפיל די האסט מיט געהאלטן איז זייער גוט, וויפיל די האסט נישט דאס איז די שאלה
אין אויב ווילסטו מיר זאגן אז מעיאר בלומבערג האט געבעטן אז מען זאל אים אינדארסען, וויל איך וויסן וואס זענען מיר שולדיג פארן מעיאר (חוץ צי באצאלען פאר די פארקינג טיקעטס, העכערע טעקסעס, ציגערעטאן פרייזן, אין אויב גייט עס ווען זיין וועג וואלטן מיר געצאלט $8 פארן אריינפארן אין מאנהעטאן יעדן טאג), אין די בייק לעינס ועל כולם האט ער געוואלט מבטל זיין ח"ו מציצה בפה. סא איך ווייס נישט וואס מיר זענען שילדוג פאר אים, איר געדענק נאך הערסאן פלעיס???
נאכאמאל די אינדארסמענט האט נישט מיט בלומבערג, הגם עס קען זיין ער איז זייער צופרידן, אויך נאכאמאל מציצה איז ביי קיין שום ערענסטע ארג געווען א סכנה מיר קוקען נישט דערויף, און בייק לעין קענען מיר שרייען ווען די היימישע אידן האבן געוואוט דערויף?
אויב די ווילסט גיין ביי אינדארסמענט, איז קאנאר ארומגענימען מיט פערזענליכע שונאים פאר די עקזיטענץ פון אלע סאטמארע אידן

אנגעהויבן ביי נידערמאן, ארכי רשע לאפעז ימ"ש, ווילי ראפ-פויגל ועוד,,,


יעצט צי די צווייטע זייט זיי האבן אינדארסט קאנגרעסמאן עד טאנס, ווייסט איינער וואס עד טאנס האט שוין דיליווערט פאר זיין דיסטריקט אין די לאנגע יארן וואס ער איז שוין אויף זיין בענקעל, (איך רעדט שוין נישט וואספארא ליצנות ער איז אין קאגרעס פאר זיין טיפשות, איר ווייסט אז אפי' יעצט ווען זיין פארטיי איז אין פאער, איז ער נישט אויף קיין איין וויכטיגע קאמיטי) איין זאך וואס ער האט געטוהן פאר ווילי די אלע יארן ער האט אויסגעהאלטן א וויליאמסבורגע ארימאן (ליין.. עושר) משה דוד נידערמאן אויף זיין פעראל, אין נידערמאן האט אים אין טאש.
עד טאונס שרייעט אז ער איז יא א מענטש, ער העלפט אסאך און טאקע זיין נישט מבינות מאכט איהם העלפן ווען אנדערע שטייען אוועק, לגבי די מיטינג האט ער געטון וואס קיינער טוט נישט אזא צייט ער האט געפייערט דער וואס איז שילדוג ער האט א נייעם טשיף אף סטעף און עס איז אינגאנצן 2 יאר וואס ער קען באמת ברענגן (באמת איין יאר), ער איז און די מעזשאריטי ער האט סיניאריטי עס איז א גרויס אחריות וואס אפילו דער נייער וועט זיין בעסער וועט ער נישט קענען ברענגן א פערטל, דאס וואס נידערנאן טראגט איהם אריין און שמיץ וואו ער וויייסט נישט דארף מען איהם מודיע זיין (און עס איז נישטא צו רעדן וואס מען דארף טוהן)
אין נאך מער ווען אלע פאליטישאן'ס האט שוין איין געזען אז וויליאמסבורג האט נישט נאר איין פארטרעטער, אין נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג, איז ער נאך געווען פין די אייציגסטע וואס האבן עס נישט געוואלט איין זעהן? ווייס איר אז נאך לעצטענס האט ער געדארף האבן מיטונג מיט יו זשעי קעיר פארשטייער, אין און די לעצטע מנוט האט עס זיין סטעף... געקענסעלט (אזוי זאגט ער אז ער האט נישט געוויסט). יא ער איז נידערמאן אין נידערמאן איז ער.
יא, אזוי? ווייסט ווער עס פייט פאר קאנאר די מערסטע ? ווער עס האט געצוואונגען נידערמאן צו וואוטען פאר קאנער ? וויטא לאפעז דער גרעסטער שונא ישראל! לאנג יעריגער ארכי שונא פאר וויליאמסבורג! האט דער קאנאר אמאל געזאגט פאר דעם לאפעז וויליאמסבורג איז נישט קאנטראלעד ביי א מאפיא? האט ער ביי עני טשענס אמאל געקומען ערגעטץ ?


אין יעצט ווען ער שטייט אויס פאר א שווערע ריעלקשאן, איז ער געקומען צי לויפן, אין ער האט זיך אויפגעוועק פין די רעגאסטרעשאן דרייוו, אז מיר לעבן ווי איז ער געווען ביז יעצט, אין ווער זאגט אז נאך די וואלען אויב ער געווינט (ח"ו), וועט ער זיך ווייטער נישט וויסענדיג מאכן פין אונז? יעצט לאז אים נידערמאן קומען צי אונז ווייל ער דארף אים האבן כדי צי באקומען ווייטער פעראל פין אים.
נידערמאן דארף נישט זיין פעיראל, ער מאכט מיליאנען א יאר אויף אונז און ער פרובירט שוין צוקומען צו UJCARE א האלב יאר נאר מען האט איהם נישט געוואלט אויפנעמען
צו ווייסט איר אז ווען מען האט געהעכערט די רענט'ס אין בעדפארד גארדענס, איז ער נישט געווען צי באקומען, אבער אין א אנדערע דיסטריקט אין קאני איילענד ווען איינער האט געוואלט אפקויפן אזא מין גאוועמעט פראדשעקט ווי בעדפארד גארדענס, איז טאנס דארט געווען אין פארפירט אז מען וועט העכערן די רענט'ס. ווייסט איינער די חילוק ? איין תירץ איז דא אז קראוס מענעדשמענט (בעדפארד גארדענס) באצאלט פאר אים אין פאר איינער נידערמאן וואס איז אויף זיין סטעף.
די ענטפער איז אז ער האט דראסטיש געטוישט סטעף
על כן וויל איך פארשטיין פארוואס זאל איך שטימען פאר אזא איינער וואס דארף אונז נישט נאר ווען ער האט א שווערע ריעלקשאן'ס, מיר זענען נישט קיין קעלבליך אז מיר זאלען גיין שטימען פאר וועם איר ווילט, מיר האבן קשוית אין מיר ווילן פארשטיין פארוואס מיר זאלן שטימען פאר די קאנדידאטן וואס יו זשעי קעיר האט אינדארסט, ביי מיר איז עס א עולם הפוך ראיתי. אפשר קען מיר איינער מתביר זיין וואס דא גייט פאר??


ער האט בתמימות געהאלפן, און קען העלפן,  ער איז שוין יארן לאנג און יעצט ווען מען דארף זעהן זיין פאוער און די סיניאריטעיט ווארפט זיך נישט אזוי

זיין רעיס איז נישט אזוי טייט, און די קרעדיט פון אנפאנג זימער פאר UJCARE פארן אריינברענגן דעם פאוועל און אידישע געגענט, כאטש די היעט פון אסאך אידישע ארגאניזאציעס


נ.ב. עס טוט מיר וויי אז איך דארף זיין אויף איין זייט מיט דוד'ל

עס זאל דיר וויי טוהן ווייל צו סעקאנד געסאן איז אלץ גרינג

סקוואדראן » 5/9/2008 01:50

עטץ פארשטייטס אידיש?
משה דוד נידערמאן האט אנגעהויבן א ריב לא לו
נישט נאר גע'גנב'ט 500 - 498 בעדפארד - נישט נאר ארויסגעווארפן 7-8 אהרונים פון בארד - נישט נאר גענומען אלע אהרונישע סיגנעטשורס פון מציצה פאר בלומבערג - נישט נאר געשיקט בריוו פאר US גאווערמענט קעגן הרב  א שלעזינגער
נאר: אינטערווינט ווי ער קען נאר, אויסצוטיילן צרות יגון פאר יעדן פערזאן וואס האלט אנדערש ווי זיין השקפה וויל פאר וויליאמסבורג
יא, עס איז א פאקט
היכי תמצא: און ק"י פירט זיין זוהן די מערכה, נאר אלעס צו ציברעכן מען דארף צוויי און דאהי שרייעט ער אליין מען טאר נאר איהם


סקוואדראן » 5/9/2008 01:56

עטץ ווילסט נישט פארשטיין UJO קען נישט דיסקרימינירן ביי LAW
מעדיקעיד און פאד סטעמפ האבן מיליאנען גוים עס איז נישט קיין דערליווערי, און גרויס נייעס, ער מאכט אויף יעדן געלט ער איז ווי א ביזנעס
G&G דיסקרימינירט אויך נישט ער איז און ביזנעס, ועל כולם קומט איינער און זאגט אז ער האט נישט געוואלט העלפן ווערט ער פארשפארט
לאמיר זעהן: דער איד האט געבויעט א פראיעקט פון 350 דירות וואס 39 זענען אידן, אזא סערוויס? עס פלאמט פאר בושה
פון די שפאנישע און די ערגסטע צייטן האבן מיר באקומען מער


דוד46 » 5/9/2008 02:02

אין קרית יואל האט דער ווילידזש יארן לאנג דיסקרימינירט און דירעקט אונטערגעבראכן יעדן יחיד וואס איז נישט געווען מיט זייער פארטיי, און בחסדי השם האט מען זיך אליין געשטעלט אויף די פיס.

דאהי האט קיינער נישט דיסקרימינירט קעגן סיי וועלכן יחיד.

מיט דעם אלעם זעה איך נישט קיין פעלער אויב די אהרונים ווילן מאכן שבת פאר זיך. אבער אז זיי מוזן אראפרייסן דער וואס טוט שוין יארן, איז א באווייז אז זיי זענען אין פאניק. 

דעקלעראציע » 5/9/2008 02:04

דוו'ל
יולי 14 2008 ווייזט ווער עס איז פאניק

יכול » 5/9/2008 02:34

מר. סקוואדראן, FYI איך ווייס נישט ווי די וואוינסט, אבער אין וויליאמסבורג איז דא גרויסע פלאקאטן פון UJCARE אז זיי אינדארסירען דניאל סקוואדראן.

אדמיראל » 5/9/2008 04:29

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דאהי האט קיינער נישט דיסקרימינירט קעגן סיי וועלכן יחיד.
. 



דוד'ל חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

יודלע » 5/9/2008 19:47



סקוואטראן

קודם איך בין נישט היינט געבוירן, יו זשעי קעיר אינדאסט יא, איך ווייס אויך פין דעם סוד אז א נאן פראפעט אנגעניזעשאן טאר נישט אינדארסן, וועגן דעם מאכט מען א אנדערע נאמען אין מען אינדארסט מיט דעם נאמען.

אבער יעצט לענינינו די זאגסט אז קאנער האט אונז פיינט ווייל ער איז גוט מיט נידערמאן, דאס מיינט נאך נישט אז עיר האט אונז פיינט, איך האב טאקע אויך אזוי געשריבן אז ער האט געארבעט מיט "יעדן" איך בעט נישט פין קיין פאליטישאן אז ער זאל נאר ארבעטן מיט מיין זייט, איך בין נישט נידערמאן וואס שרייט אז איבעראל דארף זיין צווי חוץ דארט ווי ער איז, ער זאל נאר ארבעטן מיט יעדן, אין אוודאי נישט ארבטען קעגן מיר. אבער אויב די זאגסט אז ער האט יא געארבעט א קעגען אונז, אם קבלה נקבל, אבער איך בין נאכנישט איבערצייגט אין דעם.

לאמיר איין זאך קלאר מאכן איך האב היינט צופרי באשלאסן א איך גיי שטימען פאר סקוואטראן, פאר איין סיבה איך בין אויפגעשטאנען היינט אין געזען אז די נידערמאן קאמפעני האט אראפ געריסן די צעטליך פון אנ"ש דוויליאמסבורג אז מען זאל שטימען פאר סקוואטראן, גענוג איז גענוג עס דארף געהערט ווערן איינמאל פאר אלעמאל אז נידערמאן איז נישט בעל הבית אויף וויליאמסבורג, אויב דיר געפעלט נישט וועם יו זשעי קעיר אינדאסט, ארבעט שווערער פאר דיין קאנדידאט, אבער זיי האבן פוקנט אזוי פיל רעכט ווי דיר צי זאגן א מיינוג.

אבער דאס וואס די שרייבסט וועגן טאנס מאכט בכלל נישט קיין סענס, (איך ווייס אז די ווייסט אז איך בין גערכעט נאר די מוז דיפענדן די אינדארסמענט), די שרייבסט אז דאס וואס נידערמאן איז אויף זיין פעיראל מיינט נישט גארנישט, ווייל ער מאכט מיליאנען פין אנדערע פלעצער, קודם די גדענקסט אפשר די גמרא יש לו מנה רוצה מתאים, די מיינסט א טאנס געט אים סתם אזוי געלט, אבער ביי קאנער שרייבסטו אז וויבאלט ער איז גוט מיט לאפעז אין נידערמאן איז ער א שונא מיט דיר, אבער דאס אז נידערמאן איז אויף טאנס פעיראל מיינט גארנישט???


ביי די וועי אז מען רעדט שוין פין נידערמאן'ס געלט פין ווי ער מאכט אלס, ווייסטו אפשר וויפיל נידערמאן באקומט א יאר פין רב טוב? פארן מאכן א פאר פאן קאלס אין ארום גיין רעדן פאר געלט פאר זיי?

$150

יא איר ליינט גוט הונדערט אין פיפציג טויזענט דאללער א יאר, אדער ווי עס קומט אויס צו דריי טוזעט דאללער א וואך, פין רב טוב אליין.


לאגיש » 5/9/2008 22:01

זייטס נישט קיין נערנים

נישט די קאנדידאטן איז די חילוק, די קאנדידאט יענע קאנדידאט

די חילוק איז צי וויליאמסבורג וועט ווייטער בלייבן אינטער טעראר אדער נישט

דוד46 » 5/9/2008 22:06

ווער האט ערלעדיגט אז די נייע אהרונישע מוסדות זאלן קענען באקומען פראגרעמס נאך איידער זיי זענען געווען מסודר?

דעקלעראציע » 5/9/2008 22:24

וואס הייסט ווער מן הסתם משה דוד נידערמאן

סקוואדראן » 5/9/2008 22:48

וואסערע פראגראמס האבן זיי ?

סקוואדראן » 5/9/2008 22:52

די אהרונים מיטשענען זיך וואו הינט ווייל משה דוד נידערמאן !
ווער איז אין שאול פערלשטיין קהל ? אפשר זיצט מען דארט און מען איז ביושר?

לעבעדיגער » 9/9/2008 00:41

דאס האב איך באקומען אויף אימעיל פון "סאטמאר ניוז".

As the momentum grows on our initiative, we need to grab the moment and get real back our Williamsburg.
Daniel Squadron, with HaShem's help & with our support will bring new and energetic leadership!
He is supported by all major newspapers, unions, reform groups, and of course by ALL Kehilas & Mosdes HaTorah here in Williamsburg, ALL Askunam HuOiskim B'Tzorchei Tziber B'Emuna, I'Broishom the Saar HuAskunam Harav Arya Leib Glanz.

Beside helping ourself, its a massage for the establishment.

Now, As the date of the vote is near, NY Post predicted, that Daniel Squadron is the next State Senator of Williamsburg!
In Fred dicker Colom today, he quotes several democratic operative that Martin Connor is history.
Well, we need to be a part of it, to show the next State Senator who is representing our area.

The other side is terrible upset, they will come up with tricks and tactics for the last moment, but we need to fight with all our resources for one more day, we fight till now, lets not give up one of our crucial days in the struggle in Williamsburg.

Wednesday, everyone will share the benefit!

So please make sure to VOTE tomorrow EARLY, late is packed with lines, (and even to prevent fraud what they want to do).
Also, everyone should say at home, not to be bulleid at the polling places.

Make sure to vote for:
Congress: Ed Towns.
State Senate: DANIEL SQUADRON.
17th District State Senate: Martin M. Dilan
Asambly: Joseph Lentol.

In BP Vote:
21st District State Senate: Simcha Felder.
20th District State Senate: Eric Adams.
23rd District State Senate: Diane J. Savino.
8th District Congress: Jerry Nadler.

~

We will have a system to call in  where the polling place is.
also 311 has a automatic system.

http://gis.nyc.gov/vote/ps/index.htm
1866-VOTE-NYC - 1866-868-3692
you can text to voterreg@boe.nyc.ny.us And you'll get back your polling place.

~~~

!!!*****HELP NEEDED*****!!!

Everyone who can help us out during the next 27 hours, should please come up (& bringing along 2-3 friends wouldn't be a bad idea...) at our Anash D'Brooklyn Office at 27 Skillman.
We can use your help from NOW (Yes! Right now when you're reading this email) till tomorrow night.

Don't call, just drop by and ask what assignment you could help.

---And the most important help is: everybody, we mean each & every single guy M'Anshei Sheloimeiny should make sure that family members, neighbors, work maids, friends, Everybody should go to the polls. & vote for the Candidates we endorsed!.

Muchor Yiya HuOis HaZah!

~~~

Now, when you finished reading this email, please forward this email to every email address you know!!!

(דאס איז איינע פון מיינע אדרעססן..)

סקוואדראן » 9/9/2008 00:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

סקוואדראן » 9/9/2008 00:54

יעדער איז פאר טויש

סקוואדראן » 9/9/2008 00:58

פאר פריש בלוט

סקוואדראן » 9/9/2008 01:21

דניאל סקוואדראן, פאר א טויש און וויליאמסבורג

ארגינעלער » 9/9/2008 02:46

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן וויליאמסבורג אזוי ברענען

אדמיראל » 9/9/2008 04:55

מ'בעיט דעם עולם זיך צו האלטן פעסט, און נישט ווערן נאכגעלאזט פון די טאקטיקען פון געוויסע חברה, זיי פראבירן מיט אלע מיטלען אז מ'זאל פארלירן פאוקעס, נישט זיך לאזן, דער עיקר איז טאקע "ווי מער וואוט'ס" (כדי צו ווייזן פאר די פאלעטישענס אז ווען נידערמאן איז געלאפן צו זיין א דעלעגאט צום קאנווענשען, איז געווען קארגע 2000 וואוטס, אבער ווען יו דזשעי קער מאכט א וואוטינג דרייוו איז דא סאך מער!) אבער מ'דארף אויך שיקן א מעסעדזש,

דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטער!

יעדע שטימע וועט האבן א שטארקן אפקלאנג!

א_גוט_שבת » 9/9/2008 05:41

איך האלט אויך מ'זאל שטימען פארן נייעם קאנדידאט סקוואדארן, פשוט פארוואס נישט טשענדש?

איי וועט איר אוואדי פרעגן הרב נידערמאן טוט דאך אזויפיל אויף פאר אידישקייט, ספעציעל פאר די רוסישע און איראנער אידן? נו איז דאך גוט, נידערמאן זאל ווייטער זיך קימערן מיט די רוסישע און איראנער, און הרב גלאנץ זאל אויפטוהן פאר די וויליאמסבורגע, ושלום על ישראל

יכול » 9/9/2008 05:46

אפשר קען איינער זאגען מער אינפארמאציע, וואס האט קאנאר נישט געטאן און וואס וועט סקוואדראן יא טאן? פארוואס דארף מען זיך לאזען פירן ווי די קיען? פארוואס זאגט מען נישט וואס די אישוס זענען??

קיינעהארע » 9/9/2008 06:00

ווייל דניאל האט א בארד, און ער איז קעגין מציצה בפה

אדמיראל » 9/9/2008 06:09

נישט ווייל מיט סקוואדראן איז גאראנטירט אז ס'גייט זיין בעסער, נאר ס'דארף געשיקט ווערן א מעסעדזש פאר די אינקאנבענטס, אז "דער איז נאו מאר פרי פעסס", ווער ס'טוט פאר וויליאמסבורג, וואוט מען פאר עם און ווער נישט, נישט,  און איינער דארף זיין דער שעיר לעזזל. (נישט קיין חילוק צו ער וועט סום סוף געווינען צו נישט, דער מעסעדזש וועט אנקומען ווי ס'דארף)

יעצט וועסטע אוודאי פרעגן פארוואס דווקה קאנאר, פארוואס נישט טאונס?

דער תירוץ איז זייער פשוט, ביי דעים פארמעסט איז געקומען פערזענליכע בקשות פון אסאך גרויסע פאלעטישען'ס אז מ'זאל שטימען פאר סקוואדראן, האט מען געהאט מיטינגס מיט סקוואדראן און ער האט עכ"פ פארשפראכן צו קעמפן פאר וויליאמסבורגע איינוואונער, און לויט זיין רעקארד אלס פלעינע געהילף פאר סענעטער שומער, זעהט מען אז ער איז א מענטש מיט ענערדזשי, איז געבליבן אז אויב מ'קען אריינכאפן צוויי פישלעך מיט איין נעץ, לוינצעך צו שיקן דעים מעסעדזש דערעך דעים פארמעסט.

און יעצט זאל יעדער איינער זיך אליין פרעגן, באקומען מיר טאקע אלע שטאטישע פראגראמען וואס מיר קענען באקומען? צו ווערן מיר נישט צוטרעטן דערעך אונזער ספאנישער שכן וויטא לאפעז? דארפן מיר טאקע נישט קיין טויש? מ'רעדט נישט דא פון קיין מעיאר אדער פון גאווערנער, מ'רעדט פון א פלעינע סטעיט סענעטאר, זיין פאזיציע איז נישט די גרעסטע, אבער די מעסעדזש, וועט אי"ה זיין זייער גרויס און אנקומען גאר ווייט!

געדענקט "דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטאר"!

תוקן על ידי אדמיראל ב- 09/09/2008 6:10:20

יכול » 9/9/2008 06:35

קענסט אנווייזען אויף א ספעציפישען אישו וואס סקוואדראן גייט צושטעלען און וואס פונקטליך ער גייט טאן?
איך פארשטיי די ווילסט שיקען א מעסעדזש פאר די קאנדידאטען און בעיקר פאר UJO, אבער ווייטער די זעלבע אישו, וואס וועט UJCARE זיין בעסער? און אין די צייט וואס זיי זענען שוין דא וואס האבען זיי אויפגעטאן מער ווי UJO? חוץ פון די עסן פאר פסח.
און ביי-די-וועי האסט מיך דערמאנט א תגובה וואס רבי יונה האט געשריבען ביי די געוועזענע וואלן אין קרית יואל:
איך האב געפרעגט א קרית יואלער איד נעכטן, איך פארשטיי באמת נישט, ווי אזוי פאר א גוט יאר, גייסטו שיקן א מעסעדזש פאר דוד עקשטיין אדער מ.ל. גליק דורך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן וועלכע זענען גאר אן אנדערע גרופע, און אפילו שטילע שונאים פאר דוד און מ.ל.?

זאגט ער מיר, פארפאלן, עס איז נישט דא קיין ברירה, קעגן זיי קען איך נישט וואוטן, מוז איך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן.

האט ער מיך דערמאנט א מעשה,

א פרוי האט פארלוירן איר רינגל און דער מאן זעהט ווי זי זוכט עס אין דיינונג רום, זי שוויצט און בייגט זיך אראפ און קען זיך קוים כאפן דעם אטעם, זוכט מיט אלע כוחות

פרעגט איר דער מאן, איך פארשטיי נישט די האסט דאך פארלוירן דעם רינגל אין בעדרום, וואס האסטו פון זוכן אין דיינונג רום?

ענטפערט זי, וואס זאל איך טון, אין בעדרום איז נישט דא קיין לעקטער, מוז איך זוכן דא...

אדמיראל » 9/9/2008 06:44

ניין יכול, כ'קען דיר נישט גאראנטירן אז סקוואדראן גייט זיין בעסער, אבער אויב קענסטו נישט אנווייזן וואס קאנאר האט דעליווערד פאר וויליאמסבורג, טארן מיר נישט פראבירן א צווייטן קאנדידאט? וואס אגב קוקט אויס, אז דעס וואס ער פארשפרעכט צו דעליווערן געוויסע פאנדס פארן וויליאמסבורגער ציבור, איז לויט זיין רעקארד אלס שומער געהילף, שטארק מעגליך אז ער וועט איינהאלטן.

און צוגאב איז שיקן א קלארן מעסעדזש פאר וויטא לאפעז גענוג א גוטע סיבה צו שטימען פאר סקוואדראן, ריגארדלעס צו יו דזשעי קעיר אדער סקוואדראן וועט זיין בעסער, ס'וועט אויך געבן א געלעגענהייט פאר יו דזשעי או, וואס האט מורא צו טוהן געוויסע זאכן פאר וויליאמסבורג, וועגן וויטא לאפעס, זיך צו פארבעסערן מיט זייערע סערוויסעס לטובת דעים ציבור, און נישט דארפן טראכטן וואס וויטא לאפעז וועט זאגן!

און דאס וואס דו שרייבסט וועגן יו דשעי קעיר האט גארנישט געטוהן אויסער די עסן פאר פסח, איז ווי איינער זאגט אז אויסער מיין צען מיליאן דאללער אין באנק בינעך א עני ואביון! יא יא! די עסן פאר פסח איז געווען א געוואלדיגע אויפטוה, און אויך האטעס געדינט פאר א גוטע סעמפל וואס מיר קענען אלס אויפטוהן ווען מ'האט נישט וויטא לאפעז אויפן קאפ!

דעריבער טייערע ברודער, קומט ארויס אין די מאסן צו שיקן א מעסעדזש פאר וויטא לאפעז, דערעכן שטימען פאר דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטאר!!

תוקן על ידי אדמיראל ב- 09/09/2008 6:44:28

חייםחייקל » 9/9/2008 08:01

קומט אויס

אז ווער עס גיבט עסן פאר מענטשען, ווי ר' מרדכי פאלאטשעק ע"ה'ס שבת פעקלעך אדער אנדערע ארגענעזאציעס וואס גיבען זיך אוועק פאר אנדערע, אפילו UJO וואס האט יארען לאנג ארויסגעהאלפען אחינו בני ישראל מיט מעדיקעיד פוד סטעמפ אימיגראציע געוויסע העלט קאוורידזש פאר עלטערע אידן וואס קענען נישט ערלויבען צו באצאלען פאר פאלשע ציין אדער הערינג עידס וכהנה וכהנה, דאס הייסט א רעקארד פון העלפען אידן, נישט א ארגענעזאציע וואס האט געמאכט א גאנצע טראסק מיטן געבן עסן פאר פסח און מיט פיקטשערס אין די צייטונגען, איז דאס די ערשטע מאל וואס מ'גיבט אידן צו עסן אויף פסח? וואס איז מיט קמחא דפסחא פין ר' אברהם לויפער וואס איז מיט ביקור חולים פין די רביצין ז"ל וואס עטץ האטס געווארפן שטיינער, ווי איידער צו כאפן בילדער פין אירע גרויסע אויפטוען?

UJO קומט מיט א רעקארד פין העלפען אידן, א רעקארד פין אויפטוען, נישט פראפיגאנדע.

שטימט אויסדריקלעך פאר קאננער און נישט פאר סקוואדראן

לעבעדיגער » 9/9/2008 16:49

חייםחייקל, זיי נישט נאריש. דאס ארויסהעלפן "אחינו בני ישראל מיט מעדיקעיד פוד סטעמפ אימיגראציע געוויסע העלט קאוורידזש פאר עלטערע אידן".. איז א זאך ווואס מרת שווארץ טוט אויך דא אין וויליאמסבורג און אזוי אויך חיים ווערצבערגער. מ'ווערט נאכנישט די שטאט'ס פארטרעטער דערמיט. אויב וויל ער אויפהאלטן א אפיס פאר זיינע אנדערע ביזנעסער מוז ער טוען סאשעל סערוויס "אויך".

יעצט איז אזוי. אויב איז יעצט די וואלן איבער UJCARE קעגן UJO וואלטן מיר זיך יעצט גע'טענה'ט איבער די אויפטוען פון די צוויי. די פאקט איז אז די וואלן היינט דינסטאג איז איבער דעם אלט געזעצענער 30 יעריגער סענעטאר מארטי קאנער - וואס האט א רעקארד פון "גארנישט אויפטוען" פאר די שטאט וויליאמסבורג, וואס ווי די זעסט קען קיינער נישט ווייזן מיט די פינגער אויף עפעס א דערגרייכונג וואס איז געקומען א דאנק אום - קעגן א נייער קאנדידאט, א לאנג יעריגער טשיף אוו סטעף פון סענעטאר שומער, דניאל סקוואדראן. - א מענטש וואס האט א רעקארד אז זייענדיג אין אפיס פון שומער האט ער שוין אויסגעטיילט פאר סקולס איבער ניו יארק שווערע הונדערטער מיליאנען דאללארן אן קיין גוזמה.

די אויסוואל איז יעצט זייער קלאר. מיר קענען גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין ווידעראמאל ווי אין די פארגאנגענע יארן. די וויליאמסבורגער איינוואוינער וועלן נישט האבן קיין פארטרעטער אין די רעגירונג, און מ'וועט טרעטן אויף אונז פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט, און ווי דער מצב שטייט היינט כהיום. אדער קענען מיר אריינברענגען א נייער אינגער ערנעגישער מענטש וואס זאגט צו אויפצוטוען און זיך אומקוקען אויף אונז.

איך ברויך אייך נאך זאגן וואס יעדער נארמאלער מענטש וואלט געטוען?

זייט נישט קיין צועקים לשעבר. שטימט פאר "דניאל סקוואדראן"

לעבעדיגער » 9/9/2008 16:50

.



תוקן על ידי לעבעדיגער ב- 09/09/2008 16:49:50

לעבעדיגער » 9/9/2008 21:12

יעצט באקומען אויף אימעיל:

 Its 7 hours to go, the other side are real violent, try to harras and surpress our voice.

We need every one should fight for his own interest and future.

Come out and vote in mass, Shlep atleast another 10 people to the booths, we are staying very good, our candidate looks promising tonight, but only with our few votes in mind.

He is counting on us, he just visited our operation office, he ask for help again, and assured us we will not be forgatten.

Please, get out your and your father, mother, grand parents, in-laws, freinds, work maids to vote.

its almost a few hours where we will celebrating.

Call, drive, text, email, and make sure everyone comes out & votes for DANIEL
SQUADRON today.

For all new voters who they don't have them in the book, file an affidavit! its the same vote, and its urgent in such close races.

וואלןסח » 9/9/2008 21:22

איך זע פונעם רעדן דא אז UJO וואלט שוין געהאלפן אידן ווען נישט לאפעז'ן, אפשר קען איינער דא שרייבן ווער איז דער לאפעז, און וואס האט UJO אזוי מורא פון אים

יישר כח

בערגער213 » 9/9/2008 21:41

Connor agrees that he DOESN'T get involved
as we keep ASKING
what has Connor done for Williamsburg?
 
http://www.nydailynews.com/blogs/dailypolitics/2008/09/circumcision-robocalls-in-25th.html
 

I asked Connor for his position on Metzitza B'Peh, and he punted.
 
"I didn't get involved in that, to tell you the truth," the senator told me last night. "It's a difficult situation. Bloomberg's administration was handling it. I don't know enough about it."
 
Why didn't he get involved to HELP US ?
 

 

סקוואדראן » 9/9/2008 22:11

די רעגן לאזט שוין נאך, ביטע קומט ארויס שטימען פאר דניאל סקוואדראן


סקוואדראן » 9/9/2008 23:14

די אומלעגאלע זשאנטאזש הייבט זיך אן
די בויעס זענען ממש אויס מענטש