א טאטע פון א 14 יעריגע מיידל האט באקומען א "לא נתקבל" פאר דעם קומענדיגע יאר אין בית רחל דקרית יואל.
אויפגעשוידערט איז דער טאטע געגאנגען צום מנהל פון בית רחל הרב ר' אלי שלמה קאהן צו הערן על מה זה.
ר' אלי שלמה האט געזאגט פארן טאטען דיין טאכטער איז א געראטן תלמידה, עס האט גארנישט מיט מיר, דאס קומט פון דוד עקשטיין.
דער טאטע האט געטראפן דוד עקשטיין און גרויסן שול און איהם פארגעהאלטן וואס גייט דא פאר.
דוד האט איהם זייער קאלטבלוטיג אפגעענטפרט און אויסגעלאכט. זעהענדיג די אכזריתדיגע צוגאנג צו זיין טאכטערס נשמה און צוקונפט און ווי מען רעכענט זיך נישט מיט אזעלעכע האקעלע דיני נפשות איז דער טאטע ארויס פון די כלים און ער האט א צו געטאהן דוד עקשטייןס בארד.
דער טאטע איז גלייך באפאלן געווארן מיט קלעפּ פון יונגלייט וואס האבן דאס צו געזעהן.
דוד עקשטיין כדרכו האט גערופען די סטעיט פאליס און ארעסטירט דעם צובראכענם טאטען.
דער טאטע האט זיך טאקע באנערישט מיט הייבן הענט, אבער ווער קען זיך איינהאלטן אינטער אזעלכע אומשטענדען.
למעשה איז קרית יואל נאך אלס געשאלטן מיט דעם טעראר פון דוד עקשטיין. די אלע הבטחות וואס מען האט איינגרעדט דעם עולם גולם פאר די וואלן איז געווען לגיונות.
ווי לאנג נאך וועט מען דארפן אויסשטיין צו דעם געמיינעם טעראר פון דוד עקשטיין???
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/09/2008 16:34:31