היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גוסטאוו צושמעטערט ריפאבליקען קאנווענשאן

גוסטאוו צושמעטערט ריפאבליקען קאנווענשאן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2474699

פנחס_מיילך » 31/8/2008 23:22

אין מינעסאטע גרייט מען זיך אויף 2 זאכן, ריפאבליקען קאנווענשאן, און האריקעין גוסטאוו.
יעצט הייסט שוין אז בוש און טשעני גייען נישט קומען מאנטיג צו די ערשטע נאכט קאנווענשאן אזויווי געפלאנט, וואס איז גראדע א גוטע זאך פאר מעקעין
די מערעסטע האבן זיי מורא אז סוועט געשען עפעס א ערנסטע טראגעדיע אין יענע געגענט און סוועט אויסקוקען זייער שלעכט אויב זיי פייערן די קאנווענשאן גראד אין די צייט וואס די פאלק טרויערט

לאגיש » 31/8/2008 23:27

דא אין וויליאמסבורג וועט מען יעדער קענען גייען לכבוד דעם קאנווענשען עסן אין

גוסטא רעסטערנאנט

רעכטער » 31/8/2008 23:31

די רעפובליקאנער וועלן לכאורה מוזן אפשטופן די קאנווענשאן.

פאטאקי08 » 1/9/2008 03:21

פנחס מילך

מינעסאטע מיט האריקעין גוסטאוו איז כרחוק דרום מצפון
טעות הוא בידך

פנחס_מיילך » 1/9/2008 04:04

וואו האסטו געזען אנדערש?

רעכטער » 1/9/2008 05:32

קרעמער פון איי-וועלט/קרעטשמע זאגט גאר אז די גאנצע האריקעין איז פשוט א שטראף מדה כנגד מדה, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן מתפלל געווען אז ס'זאל רעגענען ביי אבאמא'ס דרשה אין דענווער.
http://www.ivelt.com/index.php?option=com_news&id=4042&view=article

משנתחסידים » 1/9/2008 21:35

שייך בכלל אופצושטופען א קאנווענשאן אלע זענען דאך געקומען צו פארן מארבע כנפות הארץ?

מבני_בניו » 1/9/2008 22:53

פאני, קיט אלבערמען האט צוגעטראפן צו קרעמער נאך פרייטיג

Ziskeit » 1/9/2008 23:05

משנת חסידים, וועגן דעם האט מען עס טאקע נישט אפגעשטופט.

רעכטער, ביטע ברענג נישט נאך פון די קליינקעפיגע קרעטשמע זיצערס וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט.

ווי מבני בניו זאגט דרייען זיך שוין די ליבערעלס ארום מיט די סעיאינג פון פאריגע וואך.