די גאנצע גאס שמועסט פון שרעקליכע שלעק, וואס מען האט אין ביהמ"ד ברבים אנגעהאקט א יונגערמאן וואס איז געקומען דאווענען דעם שבת מברכים חודש אלול אין ביהמ"ד 48, צוליב דעם "שבת אויפרוף" פון זיין ברודער א חתן.
מכות אין באבוב 48 דעם שבת
ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן האבן געזעהן אין א מקום קדוש. ווי די נאציס האט מען דעם יונגערמאן געהאקט און געהאקט און געשטויסען אן אויפהער.
ועל כולם, די אידן וואס זענען געווען אין ביהמ"ד האבן זיך נישט דערווארגט אפצורופן א ווארט, צוליב דעם טעראר אונטער וואס זיי געפינען זיך.
ווען איינער פון די מחותנים האט פרעגט מה זה? ועל מה זה? האט מען אים געענפערט, אז דאס איז דער "סיסטעם" דא, און אז עס געפעלט אייך נישט, דארפט איהר נישט דא דאווענען.
די תורה שרייט! רשע למה תכה רעך?....
"המגביה ידו על חברו אע"פ שלא הכהו נקרא רשע, שנאמר: "ויאמר לרשע למה תכה רעך" (שמות ב, יג). למה הכית לא נאמר אלא 'למה תכה' אע"פ שלא הכהו נקרא רשע"
סנהדרין דף נח, ב
דאס איז נישט קיין תירוץ אויף צו שלאגען א איד.
איבעראל רעדט מען דערפון, עס איז אונז שטארק משפיל
איך האב געזעהן דעם אינגערמאן מיט זיין קעסט ביי א חתונה, וואס זאל איך ענק זאגן? זעהנדיג א טאטע פאר עלטערע קינדער מיט א קעסט, קיין כבוד פאר מהרב"צ ברענגט עס נישט.
איום ונורא! אומגלויבליך!!
בשעת די מהומה אין בית המדרש, שבת אינדערפרי ביים דאווענען, האט זיך דארט געפינען הרב חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ הקהלה, איז מען צוגעלאפען צום דיין ער זאל אפשטעלן די ביטערע געשלעג אין בית המדרש בפני כל עם ועדה, האט דער חשובע דיין געזאגט "איך בין נישט דער בעל הבית דא, איך קען גארנישט טוען"
ודי בזה!!!
מיט אזעלכע הכנות קען מען שוין היינט ראש חודש אלול אנפאנגען בלאזען שופר און זאגן די ח"י קאפיטלעך תהלים יעדן טאג, און פראווען די הייליגע טעג ימים הנוראים, ימי סוכות מיט זינגען און שפילען, שאקלען מיטן לולב - נענועים, טאנצען "קול מבשר מבשר ואומר" מאכן הקפות שמחת תורה, און טאנצען מיט די תורה, וואס אין די תורה שטייט רשע למה תכה רעך.
די צוויי רביס האבען זיך ערליך פארדינט איינער דעם צווייטען
בלע"ז - These two deserve each other
דער אייבישטער זאל העלפען פאר ביידע הצלחה, נאר קיין איד זאל עס נישט שאטען
תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 02/09/2008 1:34:57
A real manhig would not let his people hit a jew
אז סתם א יונגרמן בייפאל'ן און א בית המדרש,
איך מיין ס'ליגט אפעס אוטער די מעשה!
עס איז א שנאת חנם!
עס שמעקט שוין איינמאל אזוי.
חזר ושנה נעשה לו כהיתר.
וואס האב רב"צ אונזינען ביי ראש חדש בענטשען ווען ער האלט דאס ספר תורה און דער האנט און זאגט הויך.....חברים כל ישראל ונאמר אמן תוקן על ידי - scy4851 - 27/10/2008 17:04:43
_________________