היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » דער בולעטין טשעפעט אלע טייפ 1 דייבעטיקס

דער בולעטין טשעפעט אלע טייפ 1 דייבעטיקס

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2473539

דייבעטיק1 » 29/8/2008 21:31


הרב הערשל מייזליש האט דאס שוין אויסגעשמועסט ביי זיין ערב תשעה באב שמועס

אנטקעגן די שרייבערס וואס זוכן צו מאכן אינטערסאנטע מעשיות אויף יענעם'ס בלוט

די בולעטין האט נאך דעם דרשה זוך געטרויט אריינצולייגן א מעשה וואס איז שקר וכוזב ס'קאן אפילו נישט זיין אמת

כלומרשט א בחורל מיט טייפ 1 דייביטיס וואס האט געפעלט פון חדר מיט מאדנע תירוצים אז מ'דארף מאכן פוקטשערס וכד'
און דער מלמד האט אים נישט מלמד זכות געווען, אבער שפעטער איז ער געוואר געווארן אז ער האט געדארפט (נעבעך) גיין יעדע פאר טעג אין שפיטאל מאכן שווערע טעסטס עד כאן המעשה בקיצור

וויל איך זאגן איך בין א דייבעטיק אין איך בין ב"ה קיינמאל אבער קיינמאל נישט! געדארפט מאכן קיין טעסטס אין שפיטאל
איינמאל אין 5-6 חדשים גיי איך צו א ענדרא קארנאלעזשעסט און ער מאכט בלויז א זשענערל טשעק אפ און א געהעריגע בלאד טעסט דעטס איט! און אזוי איז מיט יעדע טייפ 1

קומט דער שרייבער און מאכט די זאך אויס קוקן 100 מאל ערגער

די עיקר אז ער האט א גוטע מעשה, איי צענדליגע בחורים און מיידלעך שטייען און שדוכים

אונזער בלוט איז נישט הפקר!!!

האט איינער א לימוד זכות?


תוקן על ידי דייבעטיק1 ב- 29/08/2008 21:32:36

לאנדסמאן » 31/8/2008 01:26

יעדער איז אנדערש, און מען קען נישט פארגלייכען.

דייבעטיק1 » 31/8/2008 21:33

זיי מסביר וואס הייסט יעדער איז אנדערש?

איך קען פערזענליך אריבער 50 בחורים און אינגעלייט טייפ 1 דייבעטיקס  אין קיין איינער,
אין גם אחד וואס האט געדאפט גיין מאכן טעסט יעדע פאר טעג אדער אפילו וואכן ס'איז נישטא אזא זאך

אפשר זאגסטו מיר וועלכע מין טעסט???



תוקן על ידי דייבעטיק1 ב- 31/08/2008 21:35:07

לאנדסמאן » 1/9/2008 00:47

ס'מיינט נישט ווייל א געוויסע צאל (אדער רוב) דארפן נישט דאס מאכן, אז יעדער איז אזוי.

מ'קען נישט וויסן יענעמס מצב, און ווייזט אויס פונקט ביי יענעם פאל האט ער יא געדארפן דאס טוהן.  

דייבעטיק1 » 1/9/2008 21:42

די ווייסט בכלל וואס א טייפ 1 דייבעטיק איז???

זאג מיר וואספארא טעסט ס'איז דא אויסער זיך טשעקן די צוקער אפאר מאל א טאג און נעמען די אינסולין

וואספארא מין שווערע טעסט איז דא צו נעמען יעדע פאר טעג???

אז מ'ווייסט נישט רעדט מען נישט


sweety_1 » 2/9/2008 00:56

אנטשולדיגט פארן אריינרעדן
איך האב געווענליך ליב נאר צו לייענען נישט צו שרייבן

זעהנדיג די טעהנרייען וואס מ'טענהט זיך דא
און דאס איז דאך פון מיינע ענינים
איך אלס איינער וואס לעבט ב"ה מיט דייעביטיס די לעצטע פאר יאר זעה איך איין די שטותים פון לאנדסמאן
און איך פארשטיי בכלל נישט וויאזוי ער שעהמט זיך נישט ארויסצוקומען מיט אזא מיינונג ברבים
איך מיט אזא מיינונג וואלט זיך באגראבן אין א מייזן לאך

קען איינער וואס איז באקאנט אין עולם הרפואה זאגן אדער אויסטרעפן א מין טעסט וואס ווערט געמאכט פאר א דייבעטיק חוץ א A-1C TEST  וואס דאס ווערט געמאכט דורך א געהעריגע בלאד טעסט וואס דאס מאכט מען ביי יעדע בלאד טעסט וואס יעדער אינקלאדעט די לאנדסמאן ווען דיין דאקטער נעמט א זשענערל בלאד טעסט

און אדרבה אויב קומסטו מיר אפיר מיט עפעס א שווערע טעסט וואס איך האב נישט געוויסט באקומסט א הונדערטער

לאנדסמאן » 2/9/2008 02:29

זאלט עטץ מיר אלע זיין געזונט און שטארק.

אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ס'שטערט אייך אזוי שטארק אז ס'געווען א פאל ווי איינער האט יא געדארפן נעמען טעסטס?

וואס פאר א אינטערעסע האט דער בולעטין צו סתם אויפמאכן געשיכטעס?

און פארוואס זאל איך חושד זיין אז ס'איז ליגענט?

אויסערדעם קען זיין אז ביי יענער פאל זענען  די טעסטס נישט געווען ממש פארבינדען מיט די עצם דייעביטיס, נאר פון זייטיגע קאמפליקאציעס וואס קענען זיך מאכן ל''ע.

איידער מ'ווייסט נישט קלאר פערזענליך עפעס, קען מען נישט גלייך אפשלאגן עפעס אז ס'איז נישט אמת.

הכלל, ווייל ס'איז געווען אזא פאל, מיינט נישט אז ביי יעדען איז אזוי, און עטץ דארפט זיך נישט שפירן אזוי געטראפן, און ס'איז כל מקרה לגופו. 

שמיי_דריי » 2/9/2008 20:18

ס'באדערט זיי ווייל די בולעטין מאכט עס כאילו ווייסעך ווי שווער ס'צו לעבן מיט א דייעבעטיק אז מ'האלט און איין דארפן גיין צו טעסטס און דאס באדערט זיי

ווייל מענטשן וואס לייענען עס וועלן טראכטן אז דייעבעטיס איז א שווערע זאך און למשל א גרושה אדער א גרש וועט זיך צוריק האלטן פון נעמען א דייעבעטיק

און צום סוף וויל איך דיר נאר זאגן אז פון פאקט אויס ווייסעך אז א בחור שרייבט די מעשיות און ער האט נישט קיין אנונג וואס דייעביטיס מיינט און אלע זיינע מעשיות זענען אויפגעטראכט
איך קען אים פערזענליך און ס'נישט די ערשטע ליגענט און מן הסתם אויך נישט די לעצטע

לאנדסמאן פארשטאנדאתא ? תוקן על ידי - שמיי_דריי - 02/09/2008 20:19:13

_________________

לאנדסמאן » 2/9/2008 21:16

אויב ס'איז אמת אז ס'איז אויפגעטראכט, איז עס טאקע א גרויסע עוולה.



תוקן על ידי לאנדסמאן ב- 02/09/2008 21:16:26

הינטל » 2/9/2008 23:48

דער שרייבער פון די מעשה האט זיך לכעורא פארמישט מיט דייעלעסיס (ווי איך קוק עס אן)

דייבעטיק1 » 3/9/2008 01:18

לאנדסמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ס'שטערט אייך אזוי שטארק אז ס'געווען א פאל ווי איינער האט יא געדארפן נעמען טעסטס?



הרב לאנדסמאן - ווען איינער זאגט דיר אז ווייל די האסט אויגן גלעזער ביסטו ביטער קראנק
וואס וואלסטו אים גענטפערט???

די זעלבע זאך דא מיר געזונטע דייבעטיקס וואס קאנטראלן זיך גוט זייער צוקער מיר וואטשען וואס מיר עסן און מיר געבן זיך אריין די ריכטיגע מאס אינסולין, מיר פילן אז ס'פעלט אונז גארנישט

און ווען איינער קומט שרייבן א רציחהדיגע ארטיקעל וואס טויזענטער מענטשען קענען דאס ליינען און פון דעם איז משמע
אז איינער וואס איז א דייבעטיק דארף נעבעך דורך גיין שווער טעסטס

האט ער אריינגעשטאכן א מעסער און אונז אלע
ער האט אונז אראפגעמאלן אסאך אסאך ערגער ווי מיר זענען באמת

אין אלע סטאדיס וואס איז נאר פארהאן וועסטו זעהן אז די טייפ 1 וואס נעמען זיך גוט קער

לעבן ביז די 120 אן קיין שום סייד עפעקט - און נאך אפילו געזונטער ווי נארמאל
טאקע וועגן דעם ווייל זיי וואטשען וואס זיי עסן אטאמאטיש זענען זיי געזונטערע מענטשן

שפיטצער06 » 28/10/2008 01:03

אויך מיר א פראבלעם.