היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער בולעטין טשעפעט אלע טייפ 1 דייבעטיקס

דער בולעטין טשעפעט אלע טייפ 1 דייבעטיקס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2473531

דייבעטיק1 » 29/8/2008 20:55


הרב הערשל מייזליש האט דאס שוין אויסגעשמועסט ביי זיין ערב תשעה באב שמועס אויף קול מבשר

אנטקעגן די שרייבערס וואס זוכן צו מאכן אינטערסאנטע מעשיות אויף יענעם'ס בלוט

די בולעטין האט נאך דעם דרשה זוך געטרויט אריינצולייגן א מעשה וואס איז שקר וכוזב ס'קאן אפילו נישט זיין אמת

כלומרשט א בחורל מיט טייפ 1 דייביטיס וואס האט געפעלט פון חדר מיט מאדנע תירוצים אז מ'דארף מאכן פוקטשערס וכד'
און דער מלמד האט אים נישט מלמד זכות געווען, אבער שפעטער איז ער געוואר געווארן אז ער האט געדארפט (נעבעך) גיין יעדע פאר טעג אין שפיטאל מאכן שווערע טעסטס עד כאן המעשה בקיצור

וויל איך זאגן איך בין א דייבעטיק אין איך בין ב"ה קיינמאל אבער קיינמאל נישט! געדארפט מאכן קיין טעסטס אין שפיטאל
איינמאל אין 5-6 חדשים גיי איך צו א ענדרא קארנאלעזשעסט און ער מאכט בלויז א זשענערל טשעק אפ און א געהעריגע בלאד טעסט דעטס איט! און אזוי איז מיט יעדע טייפ 1

קומט דער שרייבער און מאכט די זאך אויס קוקן 100 מאל ערגער

די עיקר אז ער האט א גוטע מעשה, איי צענדליגע בחורים און מיידלעך שטייען און שדוכים

אונזער בלוט איז נישט הפקר!!!

האט איינער א לימוד זכות?



תוקן על ידי דייבעטיק1 ב- 29/08/2008 21:40:41

טאמעטא » 4/9/2008 21:12

יא איך האב א לימוד זכות די מעשה איז געווען פאר 25 יאר צוריק

דייבעטיק1 » 14/9/2008 23:52

אמת פאר 25 יאר צירוק ווען מ'האט זיך געוואלט טשעקן די צוקער האט מען געדארפט גיין אין שפיטאל

היינט ברוך השם איז שוין דא א קליינע זייגערעל וואס טשעקט יעדע פינעף מינוט די צוקער דורך די טעמפיוטשער
(בערך אזוי ווי א פיבער מעסטער)

און מ'דארף זיך בכלל נישט צו שטעכן

הערשעל » 15/9/2008 05:10

וואלט נישט בעסער געווען און לכאורה וואלטסטו פיל מער אויפגעטון ווען דו שרייבסט אריין א בריוול אדער רופסטו אן דעם בולעטין זאגן אז זיי זאלן דאס פארעכטן ווי איידער שרייבן דא?