זיסקייט, איך האלט נישט מיט פאליטיק 50 יאר, אבער 20 יאר שוין יא, זייט בוש דער ערשטער איז געלאפן אין 88' קעגן מייקל דוקאקיס (און אביסל ווייניגער נאך פון 8 יאר פריער, ווען רעיגען האט געוואונען קעגן קארטער).
איך קען דיר אזויפיל זאגן, נאך יעדע קאנווענשאן קומען אפיר אנאליטיקער (געווענליך די וואס האבן אן אינערליכע שטארקע סימפאטיע צום פרעזידענט קאנדידאט) וועלכע וועלן זאגן זייער "מיינונג" (ח"ו, נישט געפיל) אז דאס איז די "בעסטע" פאליטישע רעדע אין די היסטאריע.
ווער נישט אזוי איבערגענומען פון א מיינונג וואס מען טרעפט אויף איין וועבסייד, עס זענען דא טויזנטער צייטונגען און טויזנטער שרייבערס, דענקער, קאלומניסטן, טעלעוויזיע ענקארס, ראדיא קאמענטאטארן אד"ג, און כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, און נאכאמאל, נאך יעדע קאנווענשאן וועלן זיך טרעפן געוויסע פון די דערמאנטע דעה זאגער (געווענליך מיט סימפאטישע געפילן צו יענעם קאנדידאט) וועלכע וועלן כאפן קעלבערנע התפעלות פון דעם קאנדידאט'ס רעדע.
איך פערזענליך בין נישט געווען אזוי איבערגענומען, כאטש איך האלט אז עס איז געווען א מייסטערהאפטע רעדע, און איך וועל דיר זאגן פארוואס
כדי א רעדע זאל זיין די בעסטע רעדע אין די געשיכטע, דארף עס האבן א פראז אדער אויסדרוק וואס די וועלט זאל רעש'ן דערמיט, און מען זאל דאס נאכזאגן אויף דורי דורות.
למשל, נעכטן טאקע איז געווען די יארטאג פונעם "איי העוו עי דריעם" רעדע פון מארטין לוטער קינג (וועמען אבאמא האט מורא געהאט צו דערמאנען ביים נאמען נישט וועלענדיג אויסזען צו שווארץ).
די דרשה פון מארטין לוטער קינג וואס איז געזאגט געווארן צענדליגער יארן צוריק ווערט נאך היינט שטודירט אין די טעקסט ביכער וועגן "פובליק ספיטש", און אויב דו האסט עס שוין אמאל געהערט פארשטייסטו פארוואס. נישט בלויז די וועג וויאזוי ער האט עס דעליווערט, נאר די ווערטער וואס ער האט געזאגט דארט, "איך האב א חלום", איז געווארן א פענאמאנען. מען נוצט דאס איבער אין דרשות עד היום הזה (גוים פארשטייט זיך) און מען הערט נישט אויף צו רעדן פון קינג'ס דריעם ארויף און קינג'ס דריעם אראפ.
סיי ווען פרעזידענט קענעדי און סיי ווען פרעזידענט רעיגען האבן געהאלטן רעדעס אין בערלין, זענען געבליבן פון זיי ווערטער, טאקע נישט מער ווי געציילטע ווערטער, וואס מען זאגט איבער ביזן היינטיגן טאג. ביזט אפשר באקאנט מיט "איך בין איין בערלינער" (קענעדי) און "מר. גארבאטשאוו רייס אראפ דעם וואנט" (רעיגען)?
אסאך גוטע בעלי דרשנים טרעטן אויף ביי קאנווענשאנס, מאכטפולע רעדנער, מיט געוואלדיגע אראטארישע קראפט. אסאך גוטע רעדנער שיינען אויף פאליטיש מיט זייערע רעדעס ביי קאנווענשאנס. אבאמא איז אויך געווארן אן אויפגייענדער שטערן ביים פריערדיגען קאנווענשאן.
אבער ווען דו הערסט דיך צו און דו ליינסט דא און דארט, וועסטו מער הערן פון דעם געוועזענעם ניו יארק גאווערנאר קאומא'ס ספיטש ביים קאנווענשאן אין 88'. די דרשה ליגט נאך היינט אין די ביינער פון פאליטיקער און אנאליטיקער, פארוואס? ווייל עס איז נישט נאר געווען א פאוערפול ספיטש איינס אין דער וועלט, נאר ווייל ער האט פארטיידיגט די יסודות פון די ליבעראלע שיטה מיט באק ציינער און ער ווערט געדענקט אז דער לייב וואס האט פארטיידיגט ליבעראליזם
פרעזידענט קלינטאנ'ס טאלאנטן פון רעדן איז נישט בלויז זיין טאלאנט פון רעדן, נאר זיין טאלאנט פון קאמיניקאציע מיט די צוהערער (אודיענץ אין ענגליש) בשעת זיינע דרשות. זיין קאמיוניקאציע סקיל ביי זיין ערשטע דעבאטע מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש, ווערט נאך אויך היינט שטודירט אין טעקסט ביכער.
איצט צוריק צו אבאמא'ס ספּיטש נעכטן.
אבאמא איז א געוואלדיגער רעדנער, יעדער איז מודה. אבער איך בין געווען זיכער אז צום יארטאג פון מארטין לוטער קינג וועט ער אויפקומען מיט עפעס פון וואס אמעריקע וועט זיך שאקלען פון די ראקי מאונטענס ביז די ניו יארקער בארטענס און מען וועט עס געדענקען אויף אייביג.
קוק דיך אים אין אלע נייעסער וועגן אבאמא'ס נעכטיגע דרשה, מען ברענגט נאך וואס ער האט געזאגט וועגן בוש'ן, וועגן זיינע פאליסיס, זיינע אטאקעס אויף מעקעין, אלעס פיין און וואויל. דאס זענען פאליטישע שטיקלעך וואס מען ברענגט נאך פון יעדע קאנווענשאן ספיטש.
אבער וואו איז די ספיטש "צום געדענקען"?
מיין זעלבע אנטוישונג האב איך אויך געהאט איבער אבאמא ביי זיין בערלינער רעדע פאר צוויי הונדערט טויזנט מענטשן. קאמאן, אז דו האלטסט אזא היסטארישע דרשה, דער ערשטער שווארצער פרעזידענט קאנדידאט, דער ערשטער קאנדידאט מיט אזא מאסיווע דרשה אין אויסלאנד, זאג עפעס, זאג עפּעס מעכטיג, עפעס ראקינג, זאג עפּעס מען זאל דיך געדענקען.
נישט ווייל אבאמא קען נישט. במשך דעם קאמפיין האט ער געהאלטן עטליכע מאל אזעלכע דרשות "צום געדענקען", למשל זיין ערשטע וויקטארי ספּיטש נאך די אייאווע קאוקאסעס: "זיי האבן געזאגט אז דער טאג וועט קיינמאל נישט קומען". דאס איז א ווארט וואס גייט אריין אין די היסטאריע.
זיין "יעס ווי קען" וועט זיכער געדענקט ווערן אין די היסטאריע.
אבער מערסטענס פון זיינע גלענצענדע דרשות איז גוט בשעת מעשה, אבער עס בלייבט נישט קיין שיריים דערפון.
איך וועל דיר געבן נאך איין משל: דער מאנטענא גאווערנאר שווייצער האט געהאלטן א דרשה דינסטאג ביי די קאנווענשאן, וואס לויט צושויער איז עס געווען די בעסטע דרשה ביי דעם קאנווענשאן. זייער א מאכטפולער רעדנער. קענסט עס אויפזוכן אויף יו טוב. מען קען זיך קוילערן פאר געלעכטער (מען זעט אפילו איינמאל אויפן קליפ דעם געוועזענער פרעזידענט קלינטאן זיך קוילערן).
אבער קענסט גארנישט נאכזאגן פון דעם שווייצער'ס רעדע.
פון די אנדערע זייט, האט פרעזידענט קלינטאן גערעדט מיטוואך נאכט, און אט איז איין ביישפּיל פון אזא פראזע, רעדענדיג איבער אמעריקע'ס שוואכן אויסזען אין די גאנצע וועלט היינט:
People the world over have always been more impressed by the power of our example than by the example of our power.
דאס הייסט א פראזע צום געדענקען!
דאס איז די מעשה מיט אבאמא. ער זאגט דרשות וואס ראקן בשעת מעשה, אבער נישט אויף צום געדענקען
(אפילו ביי זיין בארימטע דרשה ביי די 04' קאנווענשאן וואס האט אים פאפולער געמאכט, האבן צושויער אויך דערנאך געזאגט, אז פאקטיש האט על שארפטאן אים אפגעווישט מיט זיין דרשה קורץ נאכדעם. על שארפטאן, ווי משוגע ער איז, אוי איז דאס א רעדנער. נאר א משוגענער בלייבט א משוגענער און אבאמא איז א נארמאלער מענטש, וועגן דעם איז ער ארויף אויף די פאליטישע ארענע און שארפטאן איז געבליבן שארפטאן).
על כל פנים, דאס איז מיין אפשאצונג, יעדער קען מחולק זיין, און איך זאג נאכאמאל, על טעם וריח אין להתוכח, איינער האט ליב אזא רעדע און איינער אזא דרשה. אבער צו זאגן אז אבאמא'ס דרשה איז געווען די בעסטע אין די געשיכטע, איז זייער איבערגעטריבן, לדעתי העני' והדלה