היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » בחור פאלט אראפ פון א בוים

בחור פאלט אראפ פון א בוים

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2473159

שמיי_דריי » 29/8/2008 05:32

ווער קען זיך אפילו נעמען דאס ווארט און אנהויבן צו רעדן וואס ס'איז פארגעקומען אפאר שעה צוריק די מוח און די געפילן קענען זיך נישט גענוג צוזאם נעמען אז די חשובע בחור'ל יואל יודא לעווי איז שוין ליידער ליידער בעוונותינו הרבים מער נישט צווישן אונז...

כלל ישראל וויינט אלעס וויינט קיינער קען זיך נישט בארואיגן פון די ביטערע קלאפ וואס אונז האמיר געכאפט אז נעבעך א אומשולדיג וואול בחור'ל פון די הייליגע שטאט ק''י איז נעבעך אזוי טראגיש אומגעקומען פון אראפ פאלן פון א בוים אין די קעמפ מחנה קרית יואל און ליידער אוועק דארט יוש נעבעך

די הארץ בלוטיגט נאר פון טראכטן דערפון מ'קען דאך אויסגיין נאר פון טראכטן די צער פון זיינע עלטערן יו טאאאאאאאאאאטטטטטטטטטעעעעע באשעפער וויפיל איז דען די שיעור וויפיל קען מיר אויסהאלטן ???

שטעלט אייך פאר א טאטע שיקט זיין בחור'ל אין קעמפ אריין באגלייט מיט א קיש און ער וואונטשט אים אן אסאך הצלחה און ער וואונטשט אים אן אז ער זאל שטייגן אין די תורה און ער טראכט א גאנצן טאג וואס זיין באליבט קנד טוט אין קעמפ און דא רופט מען אים אן אז אזא אומגליק האט פאסירט יוש טאטע ווי אזוי קענען מיר איבערלעבן אזא בשורה

די טאטע האט דאך נישט געטראכט אז דאס וועט ליידער פאסירן און נעבעך אנשטאט אהיים קומען מיט די באס און אלע זיינע חברים קומט ער נעבעך אהיים מיט א ארון... ווי קען מען אפילו טראכטן פון זייער צער

ס'בלייבט אונז נאר איבער צו בעטן און זאגן אז דאס איז נאר מן השמים און ה' נתן וה' לקח און דאס זאל זיין די לעצטע שרעקליכע פאסירונג און ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו און מיט דעם זאל מען מכפר זיין אלע אונזערע עבירות ביז משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן

יואל יודא מיר ווילן דיר בעטן בשם כל קהל עדת ישראל דו גייסט יעצט ארויף אויבן אין הימל רייס איין לאז נישט נאך גארנישט ביזט נאך אונטער 20 און מ'וועט דיר אלעס נאכגעבן בעט און רייס איין אז דאס זאל זיין די לעצטע ביטערע און טראגישע געשעעניש און משיח זאל שוין קומען ווייל אונז האלטן עס שוין נישט אויס

geheriger » 29/8/2008 07:27

הרב ר' שמיי דריי שליט"א.
האסט ארויסדערווישט א טרער פון מיינע אויגן...חז"ל זאגן המוריד דמעות על אדם כשר הקדוש ברוך הוא סופרן ומניחן בבית גנזיו , זאל שוין דער בית גנזי קה, מיט אירע איבערגעפולטע ים'ן מיט אידישע טרערן, דערהערט ווערן ביזן כסא הכבוד, ומחה ה' כל דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו יסיר מעל כל הארץ כי ה' דבר.



תוקן על ידי geheriger ב- 29/08/2008 7:27:00

הינטל » 1/9/2008 17:35

איך פארשטיי נישט, ווי קימט א בחור אויף א בוים?
ווער איז אחראי אויף דעם קעמפ?