סהאט יעדער מיט געהאלטן די לעצטע פאר חדשים דעם שמוציגען קאמף וואס מען האט אויף דעם טייערן אין איידעלן
יוד א מלמד תשב"ר איבער דרייסיג יאר וואס דער שייגעץ נחום ראזענבערג מיט זיין שותף "וואס איז נייעס " פירן אן
אין סהאט האלט יעצט מען האט אריינגעגעבן א צווילן אנקלאגע פין 5 מיליאן דאללער
איך גיי נישט פארהוילן דעם פאקט אז דער מלמד איז פין חסידי מהרז"ל,אבער דעס טוט נישט מינעמיזרן קיין טראפ
פין זיין יראת שמים,פין זיין צדקות,אין ערליכקייט,ווער סקען דעם יוד ווייסט אז ער איז גאר א טייערע נשמה
אן אמת'ער ירא שמים
אין איך האף אז סאיז נישט קיין איינער פין אנ"ש וואס נעמט אן די מעשה אז סאיז אמת בלויז ווייל ער באלאנגט צי
מהרז"ל חסידות ,אין אז יא לוינט זיך נישט אויף צי האלטן דאס גאנצע חסידות אינזערע,ווייל סאיז ריין שפיכות דמים
איך וויל דא ארויס ברענגן צוויי פאקטן וואס יעדער ווייסט, אין דער מינוויל אויפן האטליין האט דאס כסדר געטענה'עט
פאקט נימער 1) אז ווען א מלמד פירט זיך נישט אויף איידיל ווייסן דאס אלע קינדער אין חדר
פאקט נימער 2) אז ווען א מלמד טשעפעט קינדער,באגניגעט ער זיך נישט מיט איין קינד פין א שמיטה צי א יובל
נאר יעדס יאר איז דא 2 צי 3 קרבנות
אויף דעם מלמד צי וועלכען תלמוד איך האב גערעדט האט בלויז לויב ווערטער, אן איידעלער יוד א ווארעם הארץ
אין אויסער דעם אינצידענט איז אין גם אחד וואס קומט אפיר מיא א מעשה
ער איז שוין א מלמד 30 יאר אין קיין איינער רעדט זיך נישט אויף אים בהקיץ צי בחלום
אין טאמיר סוואלט ווען געווען אמת וואלט דא געדארפט זיין לכל הפחות 80 מענטשן אין האבן טענות
אבער דער שייגעץ ומשוקץ נחום רז"ב מיט דער רשע בן רשע בן בנו של בלעם הרשעי "וואס איז נייעס " ימ"ש
ביי זיי איז אלעס מותר, זיך צי טינקן אין יענעמס בלוט ביז צים האלז
סשטייט אז ווען משה רבינו האט גע'הרג'עט דעם מצרי האט ער געקוקט עד סוף כל הדורות צי ס'גייט נישט ארויס קומען
פין אים יוד, אין הערשט דערנאך האט ער אים גע'הרג'עט
די צוויי רשעי רשעים,גייט נישט אן דעם יוד'ס בלוט ,אין אז ער האט קינדער מיט איידמיער אין איינקליך
אלע כלי קודש מיט מרבצי תורה ,ביי זיי גייט נישט הלבנת פנים מיט שפיכות דמים אויף א מאסן פארנעם
ס'שרעקליך ווי מען האט זיך דערקייקעלט אז מען קען נעמען אן "אייגענעם ברידער" אין אזוי מבזה
די וועלט זאגט אז דוד המלך ע"ה האט געזאגט אנכי תולעת ולא איש
ווייל סאיז דא מענטשן פין מבזה מענטשן האבן זיי נישט מורא, אבער פין א ווערימיל צי עסן האבן זיי יא מורא
דוד המלך האט געהאט אסאך שונאים האט ער זיי געזאגט אין בין נישט קיין מענטש איך בין א ווארים
אפשר אזוי וועלן זיי מיך אפלאזן , דער וואס איז נייעס "ימ"ש האט נעכטן אויפן זעלבן פלאץ געהאט די נייעס פין כ"ו אב
די גרויסע באשרייבנוג פינעם רבי'ן ז"ל,אין היינט אויפן זעלבן פלאץ אין מבזה א יוד ברבים ,"זיין אייגענער ברידער "
ווי האלטן מיר אויף דער וועלט סאיז שרעק שרעקליך וואס סטוט זיך
די בזיונות וואס דער יוד גייט דורך איז אים צי באשרייבן מען קען זיך עס נישט פארשטעלן אין איך ווינטש עס נישט פארקיינעם
אבער די זכותים וואס דער יוד האט אין וועט באקומען וויל איך יא
הייליגער באשעפער איך קען שוין מער נישט