שוידערליך: געז טאנק אויפגעריסן נעבן ציון הק'
איך האב געזען אינעם ארוניש'ן פארום אז עס איז געקומען פון ליפא קרויס'ס קאר, דרך אגב אפשר קען איך באקומען פונקטליכע פרטים פון ז"ל'ס ארויף גיין צום ציון,
1.וועלכע וועג ער איז געקומען ?
2.ווי האט זיך זיין קאר אפגעשטעלט, ?
3.איז ער אריין מיט פאליס?
4. האט ער מיט געברענגט בחורים, אינגעלייט. ?
5. נאך עפעס פרטים, כ'האב געזען וועגן א טישל פאר עפעס א מוסד ?
אן עד ראי'-צדקתך
וואס הערט זיך מיט די אלע ווידיוא קעמרע'ס?? עס איז דאך געלייגט געווארען פאר א צוועק??
ליידער ליידער ווי ווייט די שלעגער און לאנגיעריגע טעראריסטן זענען נעבעך פארזינקן, אין אזא גרויסן טאג האבן זיי נישט די ברעקל ערנסטקייט און יראת שמים און נישט די פשוטע שכל זיך צו שעמען פאר מענטשן כאטשיג, אונטער געלייגט א טאנק מיט געז כדי אויפצורייסן ווען רז"ל קומט מיט זיין עולם, בניסי נסים איז קיינער נישט ערנסט געשעדיגט געווארן, זיי זענען געשטאנען איבעראל און געטיילט מכות, נעבן ציון און אויך אונטן נעבן די הצלה, בחורים באוואפענט מיט מעיס און אנדערע כלי משחית, איז דאס אראבער? מוסולמענער? ניין, דאס זענען זייערע פירות, רח"ל!
דאס איז די "ישיבה על קברו", א חרפה ובושה!
_________________
יא געקומען פוקד זיין, נישט געקומען פוקד זיין, יא אויסגעפוילט א ישועה נישט אויסגעפוילט. ער איז געווען, און זיכער אויסגעפוילט. און דיין חסדי ה' כי לא תמנו גייט מן הסתם ארויף אויף וואס קיינער איז ברוך השם נישט געשעדיגט געווארען...
אבער די איבערקערעניש וואס דארט איז געווען וועט די מידיע שוין מאכען גאנצע מטעמים.
און נאך א זאך, די רבי פון וויליאמסבורג איז אויך געווען ביים ציון, און אויך אויסגעפוילט אלעס גוטס
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
ארויפצוגיין אויף די ליסט שיקט אריין אן אימעיל צו: