היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » שוידערליך: געז טאנק אויפגעריסן נעבן ציון הק'

שוידערליך: געז טאנק אויפגעריסן נעבן ציון הק'

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2472360

דוד46 » 27/8/2008 22:43

אן אהרונישער בחור האט אויפגעריסן א געז טאנק נישט ווייט פון אוהל – אויפ'ן שטח פון די מתיבתא ק"י, הינטערן וואנט וואס טיילט אפ דעם ביה"ח — א רגע נאכדעם וואס כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א איז אריין ביים דערנעבנדיגן טיר. ב"ה עס איז קיינעם גארנישט פאסירט. די סטעיט פאליס האט געעפענט אן אינוועסטיגעישן אויפ'ן פלאץ און אראפגעברענגט אינוועסטיגעיטערס. פרטים וועלן נאכקומען. 

ארילייב » 27/8/2008 23:14

איך האב געזען אינעם ארוניש'ן פארום אז עס איז געקומען פון ליפא קרויס'ס קאר, דרך אגב אפשר קען איך באקומען פונקטליכע פרטים פון ז"ל'ס ארויף גיין צום ציון,
1.וועלכע וועג ער איז געקומען ?
2.ווי האט זיך זיין קאר אפגעשטעלט, ?
3.איז ער אריין מיט פאליס?
4. האט ער מיט געברענגט בחורים, אינגעלייט. ?
5. נאך עפעס פרטים, כ'האב געזען וועגן א טישל פאר עפעס א מוסד ?

צדקתך » 27/8/2008 23:30

דוד'ל יעך בין דארט געווען בשעת דער סאטמארער רבי רבי זלמן לייב איז דארט געווען און די פייפ האט געפלאצט פשוט ווייל עס זענען געשטאנען אויף די פייפ צו סאך בחורים וואס האבן אפגעווארט דעם רבי'ן און עס האט נישט גארנישט מיט די ארוינים איינגעלייט.
                                                                                                  אן עד ראי'-צדקתך

דוד46 » 27/8/2008 23:35

עס איז דא באווייזן אז דאס איז געקומען פון אן אהרונישער בחור— פרטים וועלן נאכקומען

צדקתך » 27/8/2008 23:42

דריי נישט קיין ספאדיק עס איז נישט דא קיין שום בייווייזן, א צווייטנס שטריימל קענסטו אפשר דרייען אבער נישט מיינס ווייל איך בין אליינס געווען דארט בשעת מעשה און עס איז פשוט געפלאצט מחמת די גרויסע דרוק וואס דער עולם האט געלייגט אויף די פייפ דורכן שטיין דערויף

kcsp » 28/8/2008 00:33

וואס הערט זיך מיט די אלע ווידיוא קעמרע'ס??   עס איז דאך געלייגט געווארען פאר א צוועק??

KJ » 28/8/2008 00:41

איך האב נישט געוואלט גיין צום אינטערנעט ביומא דהילולא קדישא, בפרט נאך אזא לאנגע צייט וואס איך שטיי ב"ה אוועק דערפון, אבער ההכרח לא יגונה.

ליידער ליידער ווי ווייט די שלעגער און לאנגיעריגע טעראריסטן זענען נעבעך פארזינקן, אין אזא גרויסן טאג האבן זיי נישט די ברעקל ערנסטקייט און יראת שמים און נישט די פשוטע שכל זיך צו שעמען פאר מענטשן כאטשיג, אונטער געלייגט א טאנק מיט געז כדי אויפצורייסן ווען רז"ל קומט מיט זיין עולם, בניסי נסים איז קיינער נישט ערנסט געשעדיגט געווארן, זיי זענען געשטאנען איבעראל און געטיילט מכות, נעבן ציון און אויך אונטן נעבן די הצלה, בחורים באוואפענט מיט מעיס און אנדערע כלי משחית, איז דאס אראבער? מוסולמענער? ניין, דאס זענען זייערע פירות, רח"ל!

דאס איז די "ישיבה על קברו", א חרפה ובושה!

נער_הייתי » 28/8/2008 01:06

יא אויפגפלאצט, נישט אויפגפלאצט, יא מכות נישט מכות, לסיכום הדברים, רבינו שליט"א געקומען פוקד זיין דעם ציון פון רבינו הק' זיע"א מיט גרוס כבוד מלכים, אין זיכער געפולט א ישועה פאר כלל ישראל, דאס איז א געווינס, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו  

_________________

kcsp » 28/8/2008 13:44

יא געקומען פוקד זיין, נישט געקומען פוקד זיין,  יא אויסגעפוילט א ישועה נישט אויסגעפוילט.  ער איז געווען,  און זיכער אויסגעפוילט.   און דיין חסדי ה' כי לא תמנו  גייט מן הסתם ארויף אויף וואס קיינער איז ברוך השם נישט געשעדיגט געווארען...    
אבער די איבערקערעניש וואס דארט איז געווען וועט די מידיע שוין מאכען גאנצע מטעמים. 
 און נאך א זאך,   די רבי פון וויליאמסבורג איז אויך געווען ביים ציון,  און אויך אויסגעפוילט אלעס גוטס

jdn » 29/8/2008 04:07

בילדער קרעדיט [email protected]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארויפצוגיין אויף די ליסט שיקט אריין אן אימעיל צו:

jewishdailynews@gmail.com