| דוד46 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | ס'טייטש אז מיר האבן גארנישט פארלוירן?...
האסט זיך פשוט נישט געאפט וואס דו האסט געשריבן...
|
|
און יעצט דוד'ל, אז דו האסט שוין רעדזשיסטער'ד אין דיין מיינד אז ווען די קאורט זאגט אז זיי קענען זיך נישט מישן, מיינט נישט אז עטץ האטס געווינען, העלעך פראבירן צו פארשטיין געבן וואס ס'האט נעכטן פאסירט.
קודם דארפסטו וויסן צוויי זאכן, 1) עטץ האטס נישט ראדני ווייל קאורט האט ענק דאס געגעבן, נאר ווייל עטץ האטס געכאפט! 2)אונז האמער נישט די ביה"ח ווייל קאורט האטעס אונז געגעבן, נאר ווייל אונז האמער געכאפט!
און יעצט איז אזוי, ווען באראש האט ג'פסק'נט אז קאורט קען זיך נישט אריינמישן אין סאטמערע מחלוקות, האט קיינער פאקטיש גארנישט געווינען, ראדני האט עטץ שוין געהאט פון פארדעים, ווי אויבנדערמאנט, און די סיבה פארוואס עטס האט ענק געפרייט, און ביי אונז איז געווען אנגעזעצט, איז געווען בעיקר א מאראלישע, אז מיר האבן פארלאנגט פון קאורט אז ער זאל זיך אריינמישן, און ער האט געזאגט אז נישט, ער האט אבער נישט געזאגט ווער ס'איז סטאטוס קווא, וכד', כאטשיק עטץ האטס אזוי געוואלט איינרעדן דעים עולם, (מ'קען עס זעהן סיי פון וואס דזשאדזש סמיט שרייבט אין זיין דיסענט, און סיי פון די נעכטיגע דיסיזשען.)
ווען די אפעלאט דיוויזשען-סעקאנד דיפארטמענט איז ארויס געקומען מיט זייער דיסיזשען, האצעך ווייטער גארנישט געטוישט, עטץ זענטס ווייטער געווין אין די פאקטישע קאנטראל פון ראדני, אבער די קארט האט ווייטער קיינעם נישט געשטעלט אלס סטאטוס קווא, (וווי אויסנדערמאנט)
דא האט בחסדי השם פאסירט א מורא'דיגע זאך, די ראשי הקהילה האבן איבערגעשריבן די בעלות פון די 'גאנצע' ביה"ח צו א צווייטע קארפארעישען, זיי האבן עס געטוהן אויף אזא וועג, אז ס'דארף נישט האבן קיין אפראוועל פון די אטוירני דזשענערעל, און די איינציגסטע וועג בדרך הטבע צוריקצודרייען די טרענספער, איז אויב קאורט קען זיך יא אריינמישען, און זאגן אז ר' בערל פריעדמאן איז נישט געווען אוטערעזירט צו טרענספערן די ביה"ח, ווייל ער איז נישט געווען פרעזידענט,
אוטאומאטיש איז יעצט געווארן א פארקערטע טענה אין די לאוער קאורט, כאטשיק אין אלבאני, ביים קאורט אוו אפיעלס האבן ביידע זייטן ווייטער געטענה'ט די זעלבע טענה, האבן אבער ביידע זייטן אנדערש געטענה'ט אין לאוער קאורט, ד.ה. עטס האטס געבעטן אז די קאורט זאל זיך יא מישן, (מיט א טענה אז ס'איז נישט די זעלבע זאך ווי די אנדערע קעיס, און מיט די פאלטשע טענה אז באראש האט געזאגט אז עטץ זענטס סטאטוס קווא) און אונז האמער געטענה'ט אז לויט די פסק פון ריכטער באראש, און פון אפעלאט דעוויזשען סעקאנד דיפארטמענט, טאר קאורט זיך נישט אריינמישן.
דו דארפסט אויך פארשטיין, אז כאטשיק ס'איז נישט געליגן פאר דעם קאורט "בפירוש" די טרענספער פונעם ביה"ח, איזעס אבער געווען א גרויסע חלק אין די קעיס, ווייל טאמער קאורט זאל ווען פסק'ענען אזוי ווי עטץ האטס פארלאנגט, אז אונז טאר מיר זיך נישט רופן קהל ייטב לב, וואלט ווען אוטאומאטיש בטל געווארן די טרענספער פונעם ביה"ח.
יעצט וועלן מיר צוקומען צום נעכטיגען ראלינג, די קאורט האט נעכטן ג'פסק'נט, אז דעיס וואס עטץ פארלאנגטס פון עם יעצט, איז די זעלבע פארלאנג וואס עטץ האט שוין געבעטן פון דזשאסטעס באראש, און ער האט נישט נאכגעגעבן, (ער שרייבט ארויס אז באראש האט ענק נישט געלאזט אלץ סטאטוס קווא) און פון די אפעלאט דעוויזשען סעקאנד דיפארטמענט האטעץ געבעטן אפאר מאל, און זיי האבן עס נישט נאכגעגעבן, (ער זאגט אז עטץ האטס נישט דערמאנט דעם אויף ענקערע פעיפערס) סאו ער וועט עס אויך נישט נאכגעבן, און ער וועט זיך נישט אריינמישען.
יעצט איז אזוי, פאקטיש האצעך נעכטן גארנישט געטוישט, נאר די (כמעט) זעלבע סיבה פארוואס נאך די באראש דיסיזשען זענט עטץ געווען העפי, און אונז נישט, (ווי אויבן דערמאנט) זעמער אונז יעצט העפי און ענק נישט, ס'איז א מאראלישע זיג.
אבער איין חילוק איז דא, אז נעכטן נאך די דיסיזשען, האמער אונז זיך מער פארזיכערט מיטן ביה"ח, אזאך וואס עטץ האט נישט געהאט נאך די באראש פסק, און כ'וועל דיר מסביר זיין די נפקה מינה, אזוי ווי דזשאדזש סמיט איזעס מסביר, אויב זאלמער אונז סאם האו סאקסידן זיך אריינצורייסן אין ראדני, קען אונז קאורט נישט ארויסטראגן, ווייל זיי טארן זיך נישט מישען, (ביז אהער שרייבט דזשאדזש סמיט) אבער אויב עטץ וועטץ ענק אריינברעכן אינעם ביה"ח, וועט ענק קאורט יא קענען ארויסטראגן, ווייל ס'באלאנגט פאר א פריוואטע קארפארעישען.
און יעצט וועלעך מאכן א סאך הכל:
אין די לעצטע זיבן יאר האט קיינער "פאקטיש" גארנישט געווינען פון קאורט, נאר דערעכן כאפן, און קיין איין זייט האט נישט קיין פולשטענדיגע לעגאלע בעלות אויף קיין שום פראפערטי, חוץ די ביה"ח, וואס אונז האמער פולשטענדיגע בעלות,
הלכה למעשה, איז נישט קיין גרויסע חילוק צווישן פאקטיש, און לעגאל, נאר ווי די אויבנדערמאנטע משל, אבער א ביהמ"ד, (וואס כאטשיק ס'זענען דא יודן וואס וואלטן נאכאלץ ווען געוואלט צוריקגיין אויף ראדני,) האבן ביידע, שיינע, גרויסע, און די זעלבע איז מיט די תלמיד תורה, און מיט אלע אנדערע פעסיליטי'ס, אין קורצן, אלעס איז ריפלעיסעבעל, אבער א ביה"ח האט עטץ נישט, כאטשיק עטץ קענטץ עפענען א אייגענע, אבער כ"ו אב (כ'שרייב נישט ניסן, ווייל ביי ענק איזעס א קליינע פראבלעים) ווען ענק ווילן ארויפקומען צום ציון הק', וועטעץ מוזן זיך צושטעלן צו אונזערע באדינגונגען, און צו אונזערע טערמינען,
און פאר די יודן פון ענק, וואס האבן א געפיהל, און זיי ווילן אז לאחר מאה ועשרים זאלן זיי קענען ליגן אינעם זעלבן ביה"ח וואו עס ליגן רבותינו הקדושים, וועלן מוזן צאלן מעמבערשיפ פאר קהל, אדער זאלן זיי זעהן אז מ'זאל שיך שטעלן צו דין תורה, וואס דעמאלטס וועט עטץ אפשר אויך האבן א חלק אינעם ביה"ח.
זייט מיר געזונט, און האט מיר א גוטען טאג!