היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » שטימט נישט פאר שמחה פעלדער!

שטימט נישט פאר שמחה פעלדער!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2470147

ultrayid » 24/8/2008 08:38

אזא היפריקאט ווי שמחה פעלדער ביי די היימישע עולם איז שוין לאנג נישט געווען.

די לעצטע פאר וואכען האט אנגעהויבען א מאסיווע קאמפיין אז מען מיז שטימען פאר אים, מיט צענדליגער ארטיקלען און אלע היימישע צייטונכגען פון די מכלומרשטע אויפטוהנגען וואס ער פלאנט צו טוהן פאר די היימישע עולם.

קען איינער געדענקען די לעצטע זאך וואס ער אויפגעטוהן פאר די היימישע עולם? פאר 3 יאר האט זיך אויפגעטוהן מיט גאנצע פאמפע אז ער האט ערלעדיגט אז מען זאל אוועקנעמען אלטערנעט סייט פארקינג אויף פורים, און זייט דעלמאטס האט מען נישט געהערט פון אים א חוץ ביי יעדע מצב, ווי ער קומט אן ווי א שיינע איד, אדער מיט זיין געזעץ מען זאל נישט מעגען פיטערן קיין טויבען...

וואס ער האט יא געטוהן איז שטימען צו העכערן די פראפרעטי שטייערן, פרייזען און ב.פ. פאר הייזער איז ארויף דריפלט, געשטימט פאר די 8$ טאל קיין מאנהעטען, יעדע זאך וואס בלובענברג וויל שטימט פאר כדי צו באקומען די שטיצע פון בלומנבערג,
און ביי די עלעקשאנס פריימערי האט ער אינדארסט אבאמא כדי צו באקומען די שווארצע שטימען.

ער נעמט די היימישע עולם פאר granted, שטעלט אונז גארנישט צו, א חוץ אפאר ביינדעלך ווארפט ער פאר אונז ווייל ער רעדט זיך אז מען סיי ויי שטימען פאר אים ווייל ער איז א איד.
און יעצט געט ער אינטערוויס פאר אלע צייטונגען מיט ריזיגע פלענער וואס ער וויל אויפטוהן.

ר' שמחה, ווי זענט איר געווען די לעצטע 8 יאר????
,
א גוי וועט יא צושטעלען סערוויס ווייל ער ווייסט אז מען גייט נישט שטימען פאר אים נאר אויב ער שטעלט צו,

און מאנסי קען מען זעהן א סעמפעל וואס די טאון סופערווייזאר שטעלט צו פאר די היימישע עולם דארטען. מען דארט הייזער און גרויסען, און די פרייזען פון הייזער זענען טאקע נישט ארויפגאגענען און מאנסי.


ארילייב » 25/8/2008 19:45

ר' אולטרא, קודם לאמיר וויסן צו איר וואוינט אין בפ, אויב יא זענט איר ווארשיינליך מיסאינפארמירט, שמחה פעלדער'ס אפיס איז אלץ געווען אפען צו יעדע היימישע פראבלעם, איך וועל אי"ה שטימען פאר פעלדער פאר אסאך טעמים ובעיקר ווייל די הנהלת המוסדות ווי מיינע קינדער לערנען און באקומען ב"ה אזא פיינעם חינוך פארלאנגט דאס פון מיר, זאל איך אזויפיל נישט טון פארן חינוך פון מיינע קינדער ?
יעצט וויל איך מיך באציען צו פראפערטי טעקס, דאס איז מיר יא אינטערעסאנט צו וויסן, אפשר ברעגסטו דעיטס און פאקטן ?

ultrayid » 26/8/2008 05:44

ווי קומט אריין חינוך און שמחה פעלדער? איז ער דען מחנך דיינע קינדער?

ווייסטו אז ב.פ. האט די ווייניגסטע פארקס פון גאנץ ברוקלין?

און בנוגע די פראפערטי טעקס, איז 6 יאר צורוק ווען בלומבערג האט געהערכט די שטייערן מיט 18%

געניט » 26/8/2008 08:20

עס איז באוואוסט ביי אלעמען אז עס איז נישט פארהאן קיין גוטע זאך וואס מען קען טרעפן קריטיק, א יעדע זאך פארמאגט צוויי זייטן, און ווען איך דערוואטס מיר איבער א געוויסע נייעס אדער סיי וועלכע געשעהניש קוק איך ביידע זייטן פון די מטבע, ווען איך האב אנגעפאנגען נאכצופאלגען די אקטיוויטעטן פון דער סיטי קאונסילמאן ר' שמחה פעלדער האב איך באלד גענומען מיין ליניע פון קוקן ביידע זייטן פון די מטבע.
אויב איר האט באמערקט האט ר' שמחה גענומען זייער א אינטערסאנטע ליניע און זיינע אויפטוהן, אמאל איז טאקע פארהאן א פאליטישאן וועלכע וועט אינטערנעמען פארשידענע זאכן און זיך אריינלייגען אין דעם בלויז פאר פובליסיטי, ער וועט נעמען אויף זיך בלויז גרויסע אינטערנעמונגען וועלכע ווערן ברייט געדעקט ווערן אין די מידיע און אין די פרעסע, אבער ביי ר' שמחה האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש, ער לייגט זיך אריין ראשו ורבו און פארשידענע פראבלעמען אויף וועלכע דער עולם איז שוין פונלאנג אנגעווייטאגט אבער די טעמעס זענען אזעלכע וועלכע זענען פארהוילן און אויסבאהאלטן, עס איז אזעלכע פראבלעמען וואס די פאליטישאנס נעמען נישט פאר וויכטיג אבער ר' שמחה באמערקט עס יא און זעהט צו ברענגען שיניום לטובה.

ארילייב » 26/8/2008 20:53

צו אולטראיד.
ניין שמחה פעלדער איז נישט מחנך מיינע קינדער ב"ה, די מחנכות אין בית רחל בפ זענען מחנך מיינע קינדער, און די הנהלה צאלט זייער געהאלט און שטעלט צו די בנינים וכו', און די הנהלה בעט מ'זאל שטימען פאר שמחה פעלדער, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין.
און בנוגע טעקס, וויפיל איך געדענק האט בלומבערג נאר גענידערט טעקסעס, די איינציגע פראבלעם איז אז די ווערט שטייגט, צאלט מען מער, ס'קען זיין איך געדענק נישט אבער מיין טעקס אויפן הייזל איז נישט ארויף

ultrayid » 8/9/2008 00:17

 א ווידאוי פון לעווין פארוואס נישט צו שטימען פאר שמחה פעלדער

ultrayid » 10/9/2008 07:19

זעהט זיך אויס אז די ב.פ. עולם האט געהאט שכל און נישט געשטימט פאר שמחה פעלדער, ווייל ער האט מיאוס פארלוירען.

State Senate - District 21
CANDIDATES VOTES
Precincts Reported: 226 of 226
X Kevin Parker(D) 9334 (49%)
Simcha Felder(D) 6994 (36%)
Kendall Stewart(D) 2638 (13%)


bp11219 » 11/9/2008 18:00

וועמען אינטערעסירט פעלדער'ס פאליטיק, ס'האט דאך גארנישט מיט די מחלוקת פון די אחים הקדושים....