א חבר האט מיר געשיקט א לינק צו א נייע סייט וואס רופט זיך "היימישע ווינקל", נאכן אפשטאטן דארט א קורצע באזיך צום ערשטען מאל קוקט עס מיר אויס ווי גאנץ א אינטערעסאנטער פלאץ צו פארברענגן.
איז דא איינער וואס האט שוין דארט באזיכט אמאל?
דאס איז די לינק אהין:
http://heimishevinkel.forumandco.com/איך האב שוין אסאך באזוכט דארט און איך קען ענק זאגן אז עס נישטא נאך אזא געשמאקע פלאץ אויף די נעט ווי מען קען פארברענגען און קונה זיין א וועלט מיט ידיעות בכל הענינים, בנוסף צו די נייעס וואס ווערט דארט ברייט באריכטעט און אנאליזירט, עס איז דא נאך אזא פלאץ וואס רופט זיך די היימישע קרעטשמע וואס עס איז מערווייניגער אויפן זעלבן שטייגער אבער די היימישע ווינקעל האט איין מעלה מער וואס דאס איז די אויסשטעל וואס אסאך מענטשן האבן בעסער ליב ווי די היימישע קרעטשמע וואס האט לעצטנס געטוישט די קאליר מיט די גאנצע אויסקוק פון די זאך, אבער מען קען דאס אויך נישט אוועקמאכן,
יא, אזויווי דו זאגסט, זייט איך האב באקומען דעם לינק האב איך שוין אפאר מאל באזיכט דארט עס קוקט אויס זייער געשמאק.
מסתם וועל איך מיך איינשרייבן דארט, איך האב געפרעגט מיין חבר וואס עס פאדערט זיך דארטן צו באקומען רשות כתיבה ער זאגט אז גארנישט מ'שרייבט זיך אן און מ'קען תיכף שרייבן, וועל מיר פראבירן.