עס לאזט זיך נישט גלייבן אבער ס'איז ליידער אמת ויציב.
א גרופע קווינסער בחורים האבן נעכטן צונויפגענומען די ספרי ברך משה פון קווינס ישיבה, א חלק האבן זיי ארונטערגעווארפן אינטער די באנקס און א חלק האט מען רח"ל פארברענט.
איינער פון די בחורים האט מען געכאפט. עהרנרייך, אן אייניקל פון הרה"צ ר' אברהם לייטנער ז"ל. און נאך 3 קרית יואל'ער בני יואל בחורים זענען געווען פארמישט דערין.
דאס האט פאסירט בלויז 2 טאג נאך די גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה לע"נ הברך משה זי"ע. און באותו מקום ובאותו זמן.
דעם בחור וואס האט פארציילט האט מען אוועקגענומען די וועש, און א גרופע בחורים האבן פארפירט אז מ'מוז ארויסווארפען דעם בחור וואס האט פארברענט. אנדערע בחורים האבן פארפירט אז ווארפען דארף מען דעם "מסור קעצל", הקיצור ס'איז געווען לעבעדיג.
צום סוף האט די הנהלת הישיבה געבעטן דעם בחור אוועקצופארן ביז שבת, עד יעבור זעם.

תוקן על ידי זשוליאני08 ב- 20/08/2008 7:16:29