This s a hesped what i saw on a web site
עס איז נישט דא די ריכטיגע ווערטער צו שילדערן דעם שרעקליכן אומגליק. עס כאפט א שוידער ווען מען טראכט, אז מען האט אים געציילטע מינוטן צוריק אנגעטון זיינע שיכלעך צו גיין לערנען תורה, און א וויילע דערנאך איז ער געווען שוין אויף וועג ארויף צום הייליגען בורא.
אויב האבן מיר געמיינט אז מיר האלטן שוין נאך די ניין טעג, וווען כלל ישראל טרייסט זיך אויפ'ן גרויסן חורבן. איז מען היינט צופרי אויפגעטרייסלט געווארן, געוואויר ווערנדיג אז א טייערע משפחה דארף צוריק ארויסנעמען די תשעה באב בענקלעך! כלל ישראל האט געליטן א טיפן קלאפ מיט'ן פריצייטייגן שניט, פון דאס זיסע יונגעלע יעקב משה'לע ע"ה.
דאס הארץ ווערט פארגליווערט, ווען מען טראכט פון די עלטערן. וואו איז דא א הארץ צו גיין זאגן אזא בשורה פאר א טאטע און מאמע. א טאטע וואס האט נעכטן געגעבן א קיש אויף זיין שטערן, און געזאגט מיט אים ברכת המפיל, נאכזאגענדיג מיט א תמימות והאר עיני פן אישן המות! א מאמע וואס האט אים היינט מיט א ליבשאפט אפגעגאסן זיינע הענטעלעך, זאגענדיג מיט א לעבדיגקייט, מודה אני לפניך וכו' שהחזרת בי נשמתי! אוי, דאס הארץ צוגייט, ווי אזוי קען דאס טעגליכע אנגיין ווייטער? א טראגעדיע וואס צושאקלט כלל ישראל! א אומגליק האט אונז באטראפן!
מען גייט דורך יעקב משה'לעס חדר, מען בליקט אריין דורכ'ן קליינע פענסטער, שווארצע רינגען דרייען זיך פאר די אויגן! יעקב משה'ס פלאץ איז ליידיג! זיין דברים חומש, ליגט אין לעדל אומבארירט! די ווענט פון חדר וויינען מיט! גיי ערקלער פאר זיינע חברים אז יעקב משה'לע וועט שוין היינט נישט זיין אין די געים ביי לאנטש, זיי וועלן נישט אויפהערן צו יאמערן און קלאגן, אז זייער באליבטער חבר געפינט זיך שוין נישט צווישן זיי!
צו באגלייטן יעקב משה'לע מיט א צארטליכן גוטן טאג, און א מאמעס וואונטש אז דו זאלסט לערנען פלייסיג, איז ליידער א פארגאנגענהייט! אנשטאט דארפן די עלטערן אים יעצט באגלייטן, מיט א צוריסנע הארץ, מיט די ווערטער ה' נתן וה' לקח!
יעקב משה'לע, דיינע געטרייע עלטערן האבן דיך געלייגט שלאפן יעדע נאכט. יעצט לייגן זיי דיך אויך שלאפן. אבער גזירת ה' אז זיי זאלן דיר מער נישט קענען וועקן!
עס איז געווען די רצון ה' אז ביז יעצט זאלן זיי קעיר נעמען פון דיר, און פון יעצט און ווייטער וועלן די גוטע מלאכים קעיר נעמען פון דיר.
יעקב משה'לע ע"ה, פארגעס אבער נישט פון דיינע עלטערן וואס האבן דיך אזוי געטריי אויפגעהאדעוועט ביז דו ביסט יעצט אוועקגענומען געווארן! דיינע עלטערן וועלן קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר! דו וועסט זיי שטענדיג זיין אין זייער מח, בעט אז זיי זאלן עס קענען דורכטראגן, און אז זיי זאלן הערן נאר גוטע בשורות ביז מיר וועלן זוכה צו די גאולה שלימה בב"א.
תוקן על ידי - שמיי_דריי - 22/08/2008 9:08:18
הויפט זייט » היימישע נייעס » קינד אוועק און ווילאמסבורג פון עליוואטאר
קינד אוועק און ווילאמסבורג פון עליוואטאר
2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2468062
_________________