הייד פארק שלאפט לעצטענס? עס איז דא אזויפיל נייעס איך בין ארויפגעקומען דא זעען וואס איך טרעפען ואיננו, נישטא קיין שום אפדעט און קייו זייכער פון קיין לעצטערע זאכן,
למשל: מוצא שבת איז געווען א גרויסע סקולענע מסיבה אזויווי יאר יערלעך, דאס יאר איז עס געווען אין גיבערס קעמפ, איך זעע נישטא קיין שום בילדער... אדער ווידאוי'ס, ניטאמאל קיין אשכול'עס פון דעם....
און וואס זאגסטו נישט צום גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה אין קווינס קעמפ??
ווייסט פארוואס?????????????????????????
עס אינטרעסירט קיינעם נישט
עס איז ביי ביידע די "גבאים" וואס פירען די קאמאנדע.................ווער ס'אינטרעסירט די שטותים גייט אליין אהין פארטרייבען די צייט.
שמויגער לענ"ד האסטו געענטפערט ווי א גרויסער נאר און בכלל נישט צום זאך, קודם כל ווייל אויב דאס איז די סיבה דעמאלס פארוואס שרייבט מען נישט דא די אנדערע נייעס ווי למשל די דעבאטע צווישן מקעין און אבאמא, און אפילו דארט ווי עס שטייט יא עפעס נייעס איז דאס מיט זייער ווייניג תגובות,
און דערנאך אפשר קענסטו מיר מסביר זיין די שייכות אז ווייל לשיטתך פירן די גבאים די זאך וועגן דעם איז דאס נישט מער קיין נייעס אז עס איז פארגעקומען א מעכטיגע סעודת הודאה אין סקולעני מיט טויזענטער מענטשן און אז עס איז פארגעקומען א ריזיגע הכנסת ספר תורה אויך מיט די בייטייליגונג פון טויזענטער מענטשן, אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס עס ווערט דורכדעם אויס נייעס???
מילא די וואלסט געזאגט אז פון סאטמער רבינס הויז אדער פון סקולעני רבינס הויז איז ארויסגעקומען א בריוו פון די גבאים בשם דעם רבין אויף א געוויסע ענין, וואלט איך מיך געקענט איינרעדן אז עס איז נישט אינטערסאנט ווייל עס איז די ארבעט פון די גבאים אבער אז עס קומט פאר א מעכטיגע מסיבה איז דאס שוין פיין נייעס,
נאר וואס דען קודם כל שרייבט מען נישט דא צו סאך נייעס פון רבי'שע הויפן נאר ממש ספעציעלע ווי למשל אויב איז דא עפעס א "מעידזשער" חתונה אדער וואס דעמאלס מעלדט מען עס שוין פיין דא אין הייד פארק (אוי כהאב פארגעסן אז עס איז נישט קיין נייעס וועגן...... די גבאים....)
און צווייטנס אז אין הכי נמי עס שלאפט טאקע היבש דער פורום און מען דארף מטכס עצה זיין וויאזוי עס צוריק אויפצולעבן, אין די פשוטע עצה איז אז מען זאל זיך טאקע נעמען שרייבן אויף כח אבער טאקע נאר אזעלכע זאכן וואס איז אינטערסאנט (אויך נייעס פון רבישע הויפן אפילו זיי האבן גבאים)
דער אמת איז אז איך האלט שוין לאנג אז עס איז נישט דא צו א גרויסע עולם אויף הייד פארק וואס שרייבט דא עס איז מער ווייניגער א 10-15 נעמען און דעטס איט, מען דארף זעהן אז דער עולם זאל אהערקומען
אונזער באליבטע לאנדסמאן איז געפארן אויף וואקאציע
| Shmoiger כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ווייסטפארוואס?????????????????????????
עסאינטרעסירטקיינעםנישט
עסאיזבייביידעדי"גבאים"וואספירעןדיקאמאנדע.................ווערס'אינטרעסירטדישטותיםגייטאלייןאהיןפארטרייבעןדיצייט. |
|
נישט דפקה די צוויי זאכן, איך האב געגעבען א משל, עס איז דא צענדליגע אנדערע זאכן אויך
ס'איז דא אסאך צדק אין צדקתך'ס רייד.
הייד פארק האט טאקע גאנץ אסאך צוקוקערס, אבער ווייניג וואס שרייבן.
און דערפאר דארף מען בעטן אלע, ביטע עפנט א ניק, און נעמט אייך שרייבן. איר קענט זיין אנאנים, און שרייבן וואס ס'געפעלט אייך.
און ווי מער ס'איז פארהאן, אלץ בעסער. און אזוי וועט ווערן אויפגעלעבט דא.