היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » 10 היימישע אידען לערנען זיך און די פאליס אקעדעמי

10 היימישע אידען לערנען זיך און די פאליס אקעדעמי

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2467342

ultrayid » 19/8/2008 05:44

די נחשון איז געווען יואלי ווירטאל פון ווילאמסבורג צו ווערען די ערשטע היימישע איד צו ווערען א פאליס און ני יארק,

יעצט איז שוין דא 10! וואס לערנען זיך צו ווערען א פאליס.

NYPD CHOSEN GUNS

ORTHODOX COP CADETS MAKE FORCE KOSHER



[בילד – נישט אפגעהיט]

די גאנצע ארטיקעל:

http://www.nypost.com/seven/08172008/news/regionalnews/nypd_chosen_guns_124794.htm



צדקתך » 19/8/2008 18:24

אנשולדיגט ווי זעסטו אז דאס זענען היימישע, לויט וויפיל איך זעה זענען זיי אדער פון וואשינגטאן הייטס אדער פון פארראקוועי אדער פון ברייטאן ביטש וכו' בקיצור חוץ דער וויטריאל וואס האט זיך שוין לאנג באקאנט געמאכט לחרפון ולדראון עולם זעה איך נישט קיין איין היימישע איד, (איך מיין נישט ח"ו אז עס איז עפעס שלעכט מיט די אידן פון די פלעצער וואשינגטאן הייטס וכו' נאר דאס הייסט אבער נישט אז אזעלכע היימיש אידן ווי אונז לערנען זיך צו זיין פאליסלייט) 

ארילייב » 19/8/2008 22:52

כאטשיק אין די אנדערע אשכולים האב איך מיך געמוזט קריגן מיט צדקתך, אבער דא בין איך איינשטימיג,

kcsp » 20/8/2008 04:17

אבער די מיידעל איז א היימישע!!     

און לאמיר דיר פרעגען אזא שאלה וואס איז די פראבלעם אז א היימישע אינגערמאן ווערט א פאליס אפיסער??

Shmoiger » 20/8/2008 06:10

דאס איז אלע שומרי שבת אינגלעך,

cut the crap זאגט מען!

און די אלע שטריימלעך ביי אונז מיט די אפגעשוירענע בערד וכו' מיינסטו אז זיי זענען עפעס מער היימיש ווי די אויף דעם בילד? דער מושג "היימישע" איז שוין לאנג devalued 1,000,000,000 פערצענט

גלייב מיר די אויפ'ן בילד דאס וואס זיי האלטען,איז הונדערט פערצענט.

אויף אונזערע "וצדקתך'לעך" קענסטו דאס נישט זאגען, סא, צדקתך, פליז ,דאנט טאלק נאנסענס!

צדקתך » 20/8/2008 18:42

kcsp אויב די פרעגסט וואס איז דער פראבלעים איז, ראט איך דיר אז זאלסט גיין אין געשעפט אין קויפן א חובת הלבבות (בעסער די נייע דריק) אין גיט אדורכלערנען שער עבודת אלקים און דערנאך וועלן מיר זעהן אויב עס דיר נאך שווער די קשיא, אבער ביז די לערנסט עס נישט אדורך קום נישט צוריק

אגב דערמאנסטו מיך א מעשה פון סאטמאר רבי זי"ע וואס איינער האט אים אמאל געזאגט אויף זיך אז אים שאדט נישט צו קוקן אויף די טעלעוויזשען האט ער אים געזאגט: ווי מגושם דארף מען שוין זיין אז עס זאל שוין טאקע נישט שאטן... ודפח"ח, לענינינו ווי פארטעמט דארף מען שוין זיין אז מען זאל נישט פארשטיין וואס דער פראבלעים איז.

איך ראט דיר נאכאמאל אז די זאלסט גיט גיט דאס דורכלערנען און דערנאך וועלן מיר רעדן, אויב מאיזה סיבה שהוא קענסטו עס נישט לערנען דעמאלס הער כאטש יעדן טאג עפעס א מוסר שיעור פון א ערליכע איד (נישט נחום ר"ב) פאר כאטשיג א חודש צייט און דערנאך אויב עס איז דיר נאך שווער וועט מען דיר עס דעמאלס פרובירן צו ענטפערן....

תוקן על ידי צדקתך ב- 20/08/2008 18:42:13

ארילייב » 20/8/2008 20:42

KCSP פון וואו ווייסטו אז דאס מיידל איז א היימישע, מאנסי איז פול מיט פארשידנארטיגע אידן

ארילייב » 20/8/2008 22:24

צו מיינע חשובע קאלעגעס דא אויף היימישע נייעס.
איך וויל קלאר שטעלן דעם נושא פון היימישע פאליציי לויט מיין קליינעם פארשטאנד
א. יעדער איד וואס איז א שומר תורה ומצוות, דאס מיינט אז ער איז נישט עובר להכעיס קיין עבירות און היט שבת און די יסודי הדת אפילו מיט געוויסע גרייזן און טעותים, איז בגדר אחיך און מ'דארף מחלל שבת זיין אים צו ראטעווען, אא"וו. עס איז אויך דא א גדר פון תינוקת שנשבו, וואס האבן אויך געוויסע הלכות ווי אידן און געוויסע הלכות איז שוואכער דאס דארף מען דורך רעדן מיט א קאמפענטענטן מורה הוראה.
ב. אנגעהויבן פונעם אויבן דערמאנטן איד וואס איז א שומר תורה ומצוות לפי השגתו, לאמיר אננעמען פאר א דוגמא בעלמא סענאטאר דזשאסעף ליבערמאן ביז צום פרומסטען ערליכן איד לאמיר אננעמען פאר א דוגמא בעלמא הרב יעקב מאיר שעכטער פון ירושלים עיה"ק, די אלע הייסן לגבי געוויסע זאכן היימיש, חרדי'ש, פרום, ארטאדאקסיש אא"וו. אין ארץ ישראל האט מען דאס געגעבן געוויסע נעמען צב"ש מסורתי, דתי, חרדי, אבער אין אמעריקע צווישן די וואס רעדן אידיש קענען די אלע אידן ווערן אנגערופן מיט די אויבנדערמאנטע נעמען.
ג. למעשה אבער לאמיר אננעמען אז סענאטאר דזשאסעף ליבערמאן, (אגב, ער איז אן ערנסטער קאנדידאט צו ווערן נאך אמאל וויצע פרעזידענט קאנדידאט, דאס מאל פון דזשאן מקקעין) זאל באקומען די נייעס אז זיינס א טאכטער ווערט א פאליציאנטקע, אפשר וואלט אים עס נישט געשמעקט ווייל ער וואלט געוואלט זי זאל זיין א סענאטארשע, אבער ער וואלט זיך נישט געזעצט קיין שבעה נאך איר וכדו' ער וואלט געווען גאנץ צופרידן אבי זי האלט זיך אידיש ווי ער איז און אזוי ווייטער.
אבער ח"ו איך וויל אפילו נישט אנרופן די אנדערע פאל אויפן נאמען, מ'זאל זאגן פאר אזא איד אז זיין טאכטער ווערט א פאליציאנטקע קענסטו רופן צו אים די חברה קדישא.
ד. דאס האט אבער נישט צו טון מיט די ווערט פון די אידן, און אויב זאגט מען אז איינער איז ווייניגער היימיש מיינט נישט אז די הצלה דארף לויפן שנעלער אין שבת צו ראטעווען א סארט איד ווי ר' יעקב מאיר און אז מ'קען חלילה גיין שטאטער צו ראטעווען אזא סארט איד ווי דזשאוי ליבערמאן, מ'רעדט פונעם חורבן וואס מיינט אז זיין קינד ווערט א פאליציאנט(קע).
ה. און לגבי דעם ענין פון אנעמען א פאליציי דזשאב פאר א פרנסה, איך האלט אז דאס ווענדט זיך אין די פונקטליכע פאראנטווארטליכקייט וואס מען דארף האבן אלץ פאליציאנט, און דערנאך דארף מען דאס דורך רעדן מיט א מורה הוראה,
ו. אלץ השקפה, ווענדט זיך אויך פון וואסערע שטוב מען קומט, אויב סקולענער רבי'ס זון זאל ווערן א פאליציאנט איז א מורא'דיגע חורבן, און איך גלייב אז דוב הייקינד אדער שמחה פעלדער וואלטן דאס גאנץ גרינג אראפ געשלינגען.

צדקתך » 20/8/2008 23:05

ארי לייב גיט געזאגט

kcsp » 21/8/2008 01:28

צדקתך,  ביסטעך אביסל סותר

צדקתך » 21/8/2008 03:25

איך אנטשולדיג מיך איך האב מיך געהאט געיאגט און נישט דורכגעליינט ממש די גאנצע נאר אזוי אויבערפלעכליך, מאך איך א תיקון: ארי לייב בדרך כלל האסטו גיט געשריבן און בכלליות האלט איך מיט וואס די האסט געשריבן אבער נישט מיט אלע נקודות.
 אנטשולדיגט נאכאמאל

kcsp » 21/8/2008 05:13

צדקתך,  אז מען רעדט פון חובת הלבבות,  אז די וועסט עס דורך לערנען וועסטו זיך שוין נישט דרייען אויף הייד פארק,  און אויף אינטערנעט בכלל.....    סא לאמיר דאס אוועקלייגען דערווייל און א זייט

ארילייב » 21/8/2008 16:36

נא לאמיר גיין צו די נקודות

kcsp » 21/8/2008 23:53

די נקודה איז אז א אינגערמאן צי ווערן א cop איז גאר אנדערש ווי א פרוי וואס ווערט א פאליס,   איך האף אז די פארשטייס די חילוק,    ווייל עס איז א גרויסע חילוק

ארילייב » 22/8/2008 02:16

ווער האט דען געזאגט אז נישט,