היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » 2 בחורים ארעסטירט און כוונת הלב קעמפ

2 בחורים ארעסטירט און כוונת הלב קעמפ

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2467341

ultrayid » 19/8/2008 05:26

2 בחורים זענען ארעסטירט געווארען און כוונת הלב וועגען זיי האבען גערופען 911 אפאר מאל אומזינסט.

ווער עס האט מער פרטים זאל מיטיילען

kcsp » 19/8/2008 05:48

זיי האבן געמאכט אפאר גוטע phony calls צו 911 אז ס'ברענט א פייער אויפן 52

kcsp » 19/8/2008 09:28

אבי נישט קיין דראג מעשה...

צדקתך » 19/8/2008 18:17

אין מיינע צייטן אין נעפאנעק פלעגט דאס זיין די ערגסטע עבירה, ר' יודל פלעגט דאס נעמען געפערליך שטרענג ווען איינער האט געקאלט פאליס, און אך און וויי אויב מען האט געכאפט א אינגל קאלן פאליס, די בושות איז געווען געפערליך מען פלעגט אים ארויפברעגנען אויפן סטעידזש אין לאנטש רום, בקיצור עס האט זיך נישט געלוינט, ער פלעגט זאגן אז דאס איז א חילול השם און דאס איז א געפערליכע זאך

ארילייב » 19/8/2008 22:43

1. איך וואלט געבעטן אולטרא איד אראפ צו נעמען דעם קעפל פון די נאמען פון די ישיבה, הגה"צ ר' שמואל זאב שליט"א דארף נישט פארשעמט ווערן צוליב אומפאראנטווארטליכע בחורים, ס'פאסירט אין די שענסטע מקומות.
2. די בחרים פון יענע ישיבה זענען שכנים פונעם נייעם ריזיגן חסיד'ישן ישוב אין סוואן לעיק, און זיי גייען דארט כסדר שפאצירן, ויהי היום ס'האט זיך אנגעכאפט א פייער אין א אלטע חורבה וואס געפינט זיך אפען פלאץ ווי מ'גייט בויען די קומענדיגע הייזער, פארשטייט זיך אז מ'האט גערופן די פייער לעשער, און אזוי ווי זיי האבן פארשטאנען אז דער גאנצער נייער יישוב ברענט זענען זיי געקומען צו לויפן מיט גאר א שטארקן כח, אויך האבן זיי גערופן אלע שכנות'דיגע פייער לעשער מיט אינטערעסאנטע טראקס אא"וו.
3. פאר די בחורים איז עס געווען אויסער געווענליך אינטערעסאנט און איין בחור האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און גערופן נאך אמאל די פייער לעשער, און ס'איז געווארן אזא ספארט צו רופן איינמאל און נאך אמאל.
4. די פייער דעפארטמענט האט אריין גערופן די שעריף פון סאליווען קאונטי, און זיי האבן זייער ערנסט גענומען די קעיס, זיי האבן געארבעט אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה, און אזוי ווי מ'האט דערקענט די קולות ווער ס'רופט האבן זיי פארלאנגט אז די בחורים מוזן דורך גיין דעם סיסטעם, ד.מ. ווערן געקייטעלט אא"וו. זיי האבן געזאגט אז אויב מ'קאאפערירט נישט מיט זיי וועט זיין אסאך ארגער זיי קענען אראפ קומען פארטאגס און נעמען בחורים מיט געואלד און געבן סאך ערגערע שטראפן.
5. ר' שלום קויפמאן און זיינע שותפים אינעם נייעם יישוב האבן צוגעזאגט זיך אריין צו לייגן אינעם ענין און ערלעדיגן ביי די באהערדע ווי זיי האבן שוין זייער גוטע קשרים אז ס'זאל זיך אויסלאזן מיט מינימאלע שטראפן.
6. עס דארף טאקע דינען ווי א לעקציע פאר אלע קעמפס אנצוווארענען די בחורים אז ס'קען זיך זייער נישט גוט אויסלאזן.