היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » ברעיקינג: UJO: איבער פיר טויזנט וואוטס

ברעיקינג: UJO: איבער פיר טויזנט וואוטס

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2465707

צדקתך » 16/8/2008 00:55

 Fwd:The ballon busted again. Brd of election say uj care 1700 registration. Which %70 boro prk. Ujo over 4000
 just wilmsbrg. As usual their bluff

ארילייב » 17/8/2008 21:52

אלץ בארא פארקער האב איך הנאה, דרך אגב ווי איז די סטעיטמענט פון בארד אוף עלעקשאן

ultrayid » 18/8/2008 01:54

דא איז די ארטיקעל פון די דעלי ניוס:

Satmar Voter Registration Battle Heats Up

Brooklyn Democratic Party Chairman Vito Lopez called in to say that he and a small group of the borough's elected officials, including Rep. Ed Towns, Sen. Marty Connor, Sen. Martin Malave Dilan and Assemblyman Joe Lentol, will join UJO Director Rabbi Niederman tomorrow morning at the Brooklyn Board of Elections to deliver some 4,000 new voter registration forms.

The bulk of the new voters are from Williamsburg and were signed up during UJO's registration drive, Lopez said.

This comes on the heels of yesterday's delivery of 5,312 new registrations by UJO's rival, UJCARE. Each organization is run by a different side of the ever-at-odds factions of the Satmar Hadisic community.

Clearly, UJO and UJCARE are trying to outdo one another in an effort to increase their clout by demonstrating to the elected officials who control the discretionary funds on which they rely that they are a force to be reckoned with at the voting booth.

UJO's Niederman, who works for Towns, is (not surprisingly) backing his boss in the 10th CD primary where Towns' opponent, Kevin Powell, has been trying to make inroads with the other side.

The influx of Hasidic voters could make a big difference in the Towns/Powell race as well as the contest between Connor and his primary opponent, Dan Squadron (bold of Connor to try to split the baby by showing up at both the UJO and UJCARE events).

As chairman, Lopez took a pragmatic view of the registration battle, saying he's just happy to see the Hasidic base being reinvigorated.

"They're competing in a way that will help empower them, generally speaking," Lopez said. "Their voter base has diminished over the last seven or eight years, even though their numbers haven't, because the younger people havenn't been registering and participating. I'm very happy to see another 8,000 to 10,000 people in the base in Williamsburg

ארילייב » 18/8/2008 19:40

איך זע נישט דא קיין שום סטעיטמענט אז יו דשעי קעיר האט געהאט ווייניג רעגיסטרעישאנס אדער אז ס'קומט פון בפ א.ד.ג. צדקתך, אויב דו ווילסט נישט ברענגען פרוף וועסטו זיין א "ווייצדקתך" פון קב הישר, איך האב איינמאל געבעטן פרוף פון א ניק "נער הייתי" און ער איז געווען זייער ברוגז, אפשר קענסטו יעצט יא באווייזן עפעס סחורה, אן צו זיין באליידיגט ביטע שיין.

צדקתך » 18/8/2008 20:49

ארילייב אויף דעם דארפסטו נישט קיין שום שטאטישע באווייז ווייל גאנץ בארא פארק ווייסט אז זיי האבן קאמפיינט ביים סאטמארן עולם אין בארא פארק אז מען זאל זיך איינשרייבן און מען האט קאמפיינט אויך ביי אנדערע מענטשן אויסער סאטמער, ביי מענטשן וואס עס גייט זיי נישט צופיל אן ביי וועמען זיי שרייבן זיך איין נאר ווען מען קומט צו זיי אז זיי זאלן זיך איינשרייבן טוען זיי עס גערן געזונטערהייט, פארוואס נישט?

ארילייב » 18/8/2008 21:16

פון וואו נעמסטו די נאמבער 1700 און די דרייסיג פראצענט קעגן 70, אפשר איז טאקע יא געווען איבער 5000 און אפשר פארקערט 70 פראצענט וומס און 30 פראצענט בפ, איך זאג נישט אז נישט, און איך האלט נאך אמאל אז ס'איז זייער גוט אז וומס און בפ גייען צוזאמען, ס'איז דאך אלעס ברוקלין.

findodort » 19/8/2008 04:11

צדקתך זאג נאר, UJO האט  קאמפיינטנאר ביים סאטמארן עולם ?

צדקתך » 19/8/2008 18:26

ניין די קאמפיין איז געווען איבעראל אבער נאר אין ווילימסבורג נישט אין בארא פארק

צדקתך » 19/8/2008 19:44

פרישע וואוטס
http://www.brooklynpaper.com/stories/31/33/31_33_photo_op_of_the_week.html

דא קענסטו זעהן די באריכט

אבער איין זאך כאפסטו נישט אז ujo איז א ארגאנעזעישן וואס גייט שוין אן פאר יארן און עס איז דא פון וויליאמסבורג א שיינע פאר טויזנט מענטשן וואס זענען שוין פון לאנג איינגעשריבן ביי זיי נאר יעצט האבן זיי צוגלייגט נאך איבער פיר טויזנט וואוטס דאס מיינט אז סך הכל האבן זיי פי כמה איינגעשריבענע וואוטערס

ארילייב » 19/8/2008 22:47

איך זע נאך אלץ נישט קיין שום פרוף אויף דיין קלעים בנוגע יו דזשעי קעיר, דרך אגב פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט מיט אלטע וואויטערס, האבן זיי דען נישט קיין אלטע וואויטערס וואס וועלן שטימען וויאזוי זיי הייסן, די מענטשן זענען דאך נישט היינט געבוירן, איך האב היפש חברים און משפחה אין וומס, וואס איך גלייב א חלק פון זיי זענען שוין לאנג רעגיסטרירט און זיי וועלן וואויטען לויט יו דזשעי קעיר

דוד46 » 25/8/2008 20:01

וויבאלד יו-דזשעי-קעיר האט אריינגעגעבן אייגן געפרינטע רעגיסטרעישן פאורמס וואס האט זייער סימבל אויף די אנדערע זייט, האט די באורד אוו עלעקשענס געזען דעם פונקטליכן נאמבער וויפיל זיי האבן באמת אריינגעברענגט.

ארילייב » 25/8/2008 23:57

וואו שטייט וואס די בארד אף עלעקשאנס זאגט, די באורד אף עלעקשאנס זעט, וואס זעען זיי ? ברענג א אפישעל סטעיטמענט וואס מ'קען נאך קוקן, און לויט דיר ביי יו דזשעי אוי קען מען נישט וויסן, דאן ווער זאגט אז זיי האבן געברענגט 4000 וואויטס אפשר נאר פיר הונדערט ?
איך וויל אויך לאזן וויסן די חשוב'ע ליינער פון היימישע נייעס אז דער דוד46 ערשיינט אויך שוין גאר א לאנגע צייט אינעם פארום "כל העולם כולו" און ער זעט אויס זייער א דערביטערטער זאלוני. דעריבער קויפט נישט זיינע תורות לאקשן אן קיין "פרוף"

אדמיראל » 26/8/2008 02:26

ס'איז נישט דא קיין וועג צו וויסן וויפיל יעדער האט אריינגעברענגט,

און ר' צדקתך אפשר קענסטו ערקלערן וואס דו האסט געשריבן אז UJO האט שוין אסאך רעדזשיסטער'ד וואוטערס? ווען האט UJO אריינגעגעבן אפליקעישען'ס צו קענען וואוטען ביז היינט? און אפילו יא, וואס הייסט זיי זענען רעדזשיסטער'ד ביי UJO? ערקלער ביטע?

דוד46 » 26/8/2008 02:30

מען קען טאקע נישט וויסן ווייל אלע רעגיסטרעישן פאורמס קוקן אויס די זעלבע און עס שטייט נישט אויפן פאורם ווער עס האט אריינגעגעבן 

אבער וויבאלד יו-דזשעי-קעיר האט אריינגעגעבן פאורמס מיט זייער סימבל אויף די אנדערע זייט, איז דא א פונקטליכע חשבון וויפיל זיי האבן אריינגעגעבן.

פינטל.

אדמיראל » 26/8/2008 02:46

אינטערעסאנט כ'הער יעצט די ערשטע מאל פון די סטעמפ אויף די אנדערע זייט, אבער אפילו ווען ס'זאל זיין אמת קענסטו נישט וויסן, ווייל קיינער ציילט נישט וויפיל מ'האט אריינגעברענגט!

תוקן על ידי אדמיראל ב- 26/08/2008 2:45:35

צדקתך » 26/8/2008 03:30

ארי לייב האט געשריבן איך וויל אויך לאזן וויסן די חשוב'ע ליינער פון היימישע נייעס אז דער דוד46 ערשיינט אויך שוין גאר א לאנגע צייט אינעם פארום "כל העולם כולו" און ער זעט אויס זייער א דערביטערטער זאלוני. דעריבער קויפט נישט זיינע תורות לאקשן אן קיין "פרוף"

איך ווייס נשיט צו די מאכסט זיך תמוועטע אדער נישט אבער יעדער וואס באזוכט נאר אין כל העולם כולו ווייסט אז דער דוד46 איז א ארויני וואס שפילט זאלויני כדי ארויפצוברענגען נארישע טענות אויפן טיש כלומפרשט בשם א זאלויני, אין כל העולם כולו לאזט מען נישט קיין איין זאלויני שרייבן דארט חוץ דער דוד46 דאס איז וועגן דעם. פינטל. יעצט קענסטו ווייטער דן זיין

ארילייב » 26/8/2008 20:55

דעמאלט'ס פארוואס קומט ער דא אין היימישע נייעס שפילן זאלויני, ? האקן אויף יו דזשעי קעיר וכו'