היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » היכי דמי חילול השם

היכי דמי חילול השם

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2464486

לאנדסמאן » 13/8/2008 21:52


נישט לאנג צוריק איז ארויסגעקומען אן אמעריקאנער פילם, וואס רעדט זיך וועגן טעראריזם, און אסאמא בין לאדין, און אראבישע עקסטרעמיזם וכדו'.

דער הויפט שפילער האט באזוכט אסאך לענדער (בעיקר אראבישע) און ער איז אויך געקומען קיין ארץ ישראל.

איבעראל האט מען אים שיין אויפגענומען, און מכבד געווען, אבער ווען ער איז געקומען צו מאה שערים...

איבערצייגט אייך אליין, רוקט די ווידיאו צו 18:15:


 



וכאן הבן שואל, וואס דארף א גוי טראכטן ווען ער זעהט דאס?

מיליאנע גוים איבער די וועלט האבן געזען דער פילם, און וואס זיי זעהן איז: אז איבעראל, אפילו אין די לענדער וואס מ'האט די מערסטע פיינט אמעריקע, האט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעמען.

און דא קומט ער צו די עם המובחר, [וואס עכ''פ דארפן זיך זיכער בעסער אויפירען ווי די ישמעאלים], און מ'באווארפט אים, און מען שרייט און שטופט, אז די פאליציי האט זיך געדארפן אריינמישען און אים ארויסראטעווען פון דארט.


ס'איז דאך א געפערליכע חילול השם אז אידן (וואס רופן זיך נאך 'קנאים') זאלן זיך אזוי אויפירען.



ווער ס'וויל זען די גאנצע פילם:

http://www.videoembedder.com/embed.php?type=veohtv&val=ANIcwmqNr3cn95qz9?5w_jyI9,lEcmskSSuy.muE-4C.sqnMUv02yIROTDXic,IfKt?tP/j


אויבן פון די SCREEN, קען מען דרוקן PART 2, PART 1 וכו', אלע פיער חלקים.

רבינונחום » 13/8/2008 23:19

מיר דאכט זיך אז ער איז אנגעקומען אין מיטן א הפגנה.

גיב א קוק ווען ער פארט אוועק וועסטו זען אז א גאס ווייטער אין אין מיטן א הפגנה.

אך אין וויי ווען ער קומט אן אין א אראבישע לאנד אין מיטן א הפגנה א לעבעדיגער וואלט ער נישט ארויס.

הגם עס איז א דבר פשוט אז דער וואס גיט אים שטופ איז א אומערצויגענע בריאה פון די מאה שערים ג'ונג'ל.

לאנדסמאן » 14/8/2008 00:36

האסט נישט גוט געזען, קוק נאכאמאל וועסטו זען קלאר אז ס'האט זיך געזאמלט א גאנצע גרופע וועגן אים, פארדעם איז גארנישט געווען.

זיי זענען אלע געקןמען דוקא צו אים, און קוק צו זייער התנהגות. ממש א שרעקליכע חילול השם.

 

און ער איז געגאנגען צו אלע מסוכנדיגע אראבישע פלעצער, קוק די גאנצע פילם, וועסטו פארשטיין.

לאנדסמאן » 2/9/2008 22:41

דער שטיקעל איז שוין אנגעקומען אויף ''יו טיוב''
 


דער טיטול איז: !!!!MUST WATCH AGRESSIVE JEWS ATTACK

תוקן על ידי לאנדסמאן ב- 02/09/2008 22:43:05

הינטל » 2/9/2008 23:45

סקומט זיך אים א שטופ, ער האט דאך ניטאמאל קיין קאפעל

לאנדסמאן » 3/9/2008 00:36

זיי מוחל, אבער וואס רעדסטו ווי א נאר?

ערשטענס איז ער א גוי,  און אויסערדעם קומט זיך נישט קיין שטופ פאר קיינעם, נישט קיין חילוק צו מ'האט א קאפל צו נישט.

 

בומי » 3/9/2008 19:10

יעצט פארשטייען ענק פאר וואס קיינער איז נישט מוחה אקעגען דע משוגעים אין מאה שערים יעדער וויל לעבען פאר זיך אין נישט כאפען פעטש. אבער איך מיין זיין טעות איז געווען ער האט נישט געטראפען דארט איינעם וואס קען ענגליש אין געפרעגט קודם שטילערהייט זיין שאלה סקיקט אויס מהאט גלייך חושד געווען אז ער איז א מיסיאנער אויך איז אינטערסאנט וואו אזוי האט די פאליציי געוויסט גלייך אנציקומען. איך אליין האב אמאל גערעדט א גאנצער אינטערוואי אויף די קאנאדישע טעליוויזיע וואו זיי האבען מיך אויףגעכאפט אין גאולה.

לאנדסמאן » 3/9/2008 21:47

ס'איז דאך געווען א גאנצע פילם שטאב דארטן, קען מען נישט אפילו טראכטן אז ס'איז א מיסיאנער.

הינטל » 3/9/2008 21:50

כהאב געמיינט אז דו האסט א סענטס אף יומער

לאנדסמאן » 4/9/2008 01:53

אנטשולדיגט, אבער דארפסט קלארשטעלן אז ס'איז א וויץ, איך קען דאך נישט וויסן.