די נייע BIG EVENT הרב אמנון יצחק
עס איז נישט ערלויבט אזוי צו באשמוצן קיין שום מענטש, בפרט איינער וואס איז עוסק להחזיר נשמות לחיק אביהן שבשמים.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 14/08/2008 6:14:47
פארוואס דארף מען אזוי אנרופן מיט אזא זלזול הרה''צ רבי אמנון יצחק שליט''א??
עס איז אפשר טאקע נישט פאר אונזער עולם, אבער לאמיר האפן אז עס וועט טאקע זיין א big event
פאר אחב''י תינוקת שנשבו פאר וועם עס איז געווידמעט.
דאס וואס דו ביסט איינגערעדט מיט אמנון יצחק איז בערך די זעלבע זאך ווי די וואס זענען איינגערעדט מיט גאטשי.
אמנון יצחק פרובירט דיר צו פארקויפן אז ער איז מחזיר בתשובה צענלדיגע טויזענטער מיליאנען פרענקן א יאר, און מיינסט אז ער האט נישט קיין קאנפערענס קאללס אזוי ווי גאטשי? ער האט נאך בעסערס! ער האט א סייט, ווידיאוס און טעיפס און ער טרעט אויף אין די גאנצע וועלט מיט זיינע קארני דזשאוקס.
איך זוך נאך ארום די מיליאנען חוזרים בתשובה וואס טאנצן אויפן סטעידזש מיט די נייע געביגלטע ציצית'לעך.... דער אמנון יצחק איז א באוואוסטער געלט גייציגער אידל און דאס וואס ביי דיר איז ער פארהייליגט איז נאר דערפאר וואס דו האסט זיך בכלל נישט אריינגעלייגט אין ריסערטשן דעם מענטש און דו קענסט אים נאר פון זיינע טעיפס. אלזא, איך קען אביסל, און ער איז ווערט א רעטעך....
צי ר, BP
ס,איז נישט וויכטיג ציווייזען פאר יעדען וואס פאר שוטה מען איז.
לויט ווי עס זעהט מיר אויס , ביזטו אויפגעוואקסען אין א יודישע (ליין חסידישע) שטוב , ווי אלעס האט זיך געפירט ע"פ תורה וחסידות.
אין היינט ציטאג זיצטו נאך אין כולל לכה"פ 18 שעה אין טאג אין לערענסט אדורך איין מקצוע נאך די צווייטע וכו' וכו'.
אויף די ביזנעס/ארבייט גאס ביסטו נאך קיינמאל נישט געווען , אין גארנישט באגרייפען אז ס'איז דא שוואכערע קלאס מענטשען , וואס ווען זיי זעהען א איד אנגעטוען נארמאל, קוקען זיי מיט א פאר אויגען אין פארשטייען נישט וואס דאס איז.
איך פערזענליך קען מן הסתם איבער הונדערט מענטשען וואס האבען אנגעהויבען צי האלטען דע דריי אותות (אות ברית-תפילין-שבת) דורך ר' יצחק אמנון , אין איך בין איבערצייגט אז זיי וועלען נישט שטארבען אן א תשובה.
ביסט גערעכט אז זיי הערען נישט דעם רעבעןס שובבים תורות מיט בכיות , אין גייען נישט מיט ברייטע ביבער היטען אין לאנגע שווארצע רעקלעך , אבער ווען מען זעהט פין ווי זיי קומען , אין ווי זיי האלטען יעצט , !!!!!!!!!!!!!!!
ווי מען זאגט אויף מאמע לשון
Watch your language
|
בד"וו איך קען אפשר וויסן מיט וואספארא קאר דיין רבי באניצט זיך? און וויפיל קארס ער האט? וויפיל מיליאנען ספענדט ער א יאר פאר זיינע ביג איווענטס?
איך וויל טוהן תשובה באותו מקום, ווייל איך האב פונקט דעם מוצאי ת"ב געזעהן א בריוו ווי דער פני מנחם זצוק"ל זיעועכי"א שרייבט צו איינעם אז אויב מ'איז זוכה צו ענטפערען פאר א אפיקורס א "תשובה נצחית" האט מען א דין פון א "מקדש שם שמים".
דאס איז זיכער אז הרב הגדול מזכה את הרבים רבי אמנון יצחק שליט"א האט זייער אסאך מאל אפגעענטפערט א "תשובה נצחית" פאר די אפיקורסים (תינוקות שנשבו) ובפרט לעיני אלפים ורבבות.
אלזא, איך בין איהם מפייס ברבים.
אבער רבותי, די צוזאמענקומען זענען נישט פאר אונזערע יודען, די תוכן איז טאקע זייער גיט, דאס קען מען אבער הערען אויף די טעיפ'ס.