היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » זכור את אשר עשה לך עמלק, טרעפט די נעמען פון די קרבנות השואה ...

זכור את אשר עשה לך עמלק, טרעפט די נעמען פון די קרבנות השואה ...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2459266

לאנדסמאן » 5/8/2008 03:16

זכור את אשר עשה לך עמלק, טרעפט די נעמען פון די קרבנות השואה הי''ד

פונקט יעצט אין די ניין טעג, ווען מען קלאגט אויפן חורבן בית המקדש, דארף מען אויך געדענקן די שרעקליכע חורבן אירופה, וואס איז פארגעקומען נישט אזוי לאנג צוריק.

''יד ושם'', האט א ספעציעלע 'דאטא בעיס', רעקארדס פון די נעמען פון די ''האלאקוסט'' אומגעקומענע הי''ד.

ביז דערווייל איז שוין דא איבער דריי מיליאן נעמען פון די קדושים הי''ד.


דרוקט דא ווי איר קענט אריינלייגען אין די 'Search', נעמען פון אייערע באקאנטע, משפחה וכדו', און ווי זיי האבן געוואוינט, און אפשר וועט איר טרעפן זייערע נעמען דארטן.

למשל דא קענט איר זעהן מיין עלטער זיידע ז''ל והי''ד, וואס איז געווען א מלמד אין א שטעטל, אין דאס לאנד ''טשעכעסלאוואקיע'', און איז ערמארדעט געווארן דורך די נאציס ימ''ש, אין דער ''בירקענוואו'' לאגער.  


אז איר ווייסט נעמען פון קדושים, וואס זענען נאך נישט דארט, דרוקט דא  אריינצולייגן דעטאלן, און מיט דעם העלפט איר צו פאראייביגן זייער זכרון, אז זיי זענען נישט בלויז נאך א נומער פון די זעקס מיליאן הי''ד.


דא  קענט איר זען מער אנווייזונגען, וויאזוי צו זוכן נעמען, און אויך וויאזוי אריינצולייגן נעמען.


ושנזכה לגאולה שלמה בב''א, ווען גאט וועט נקמה נעמען אין אלע שונאי ישראל ימ''ש.


תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח.

לאנדסמאן » 5/8/2008 17:22

בומי » 5/8/2008 17:26

איך האב פראבירט אריין גיין סזאגט מיר אז סאיז דא א ערעאר

לאנדסמאן » 5/8/2008 20:50

ס'מאכט טאקע פראבלעמען, כ'ווייס נישט פארוואס.

עכ''פ, קענסטו זוכן נעמען ביי די  'Search'.  דא 

שפיטצער06 » 28/10/2008 01:04

שכויעך פאר די אינפארמאציע.

שעלטטטט » 28/10/2008 21:22

ווי קען מען באקומען אינפארמעישאן

אויף די פארבליבענע פונעם שטעטל סעיליש אין הונגארן?

לאנדסמאן » 28/10/2008 21:31

שרייב אריין אין Search די נאמען ''סעליש'', וויאזוי מ'שרייבט עס אין ענגליש.