עס האט זיך לעצטנס געעפנט א נייער בלאג וואו עס ווערט פארגעשטעלט ארטיקלען פון היימישע שרייבער.
לויט ווי זיי שרייבן פאנגען זיי אן דורך אויפשטעלן די ארטיקלען פון דעם באקאנטן שרייבער פון צייטשריפט/שטערן/שפאקטיוו הרב אשר לעווין.
http://meisterverk.blogspot.com/
הויפט זייט » היימישע נייעס » הרב אשר לעווין
הרב אשר לעווין
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2456156
גאנץ א גוטער איינפאל.
ר' אשר לעווין, איז טאקע א גוטע שרייבער, כאטש איך שטים נישט איין, מיט אלעס וואס ער שרייבט, אבער ער שרייבט מיט א אזא לשון, אז ס'איז א מחייה צו ליינען זיינע ארטיקלן.

תוקן על ידי Dovidel1 ב- 31/07/2008 22:24:15
ווער איז אשר לעווין, וואו שטייען זיינע ארטיקלען
ער שרייבט אין דער ''צייטשריפט''; ''דער שטערן''; און ''דער שפאקטיוו''.
הרב אשר לעווין איז לע"ד פון די בעסטע שרייבער אין דער היינטיגער חרדי'שער פרעסע.
איז ער משפחה מיט מארק לעווין?
איז דאס זיין עכטע נאמען ?
כ'מוז אויסדרוקן מיין שטוינונג אויף דעם בלאג וואס ווערט אזויפיל אפדעיטעט מיט פרישע הערליכע ארטיקלען און פון פארשידנארטיגע געלונגענע שרייבער.
כ'מיין אז ס'איז א "מוז" אז יעדער זאל לייענען דעם מורא'דיגן ארטיקל וועגן דעם לעצטן חורבן, און דאס חזר'ן מיט די קינדער.

levin is not his real name, he is a labin . btw pinchas glauber is way better a writer
קודם כל איז אן עולה צו שרייבן זיין נאמען אין דער צייט וואס ער גיט זיך א פסעוודאנים (ומכאן קריאה יוצאת אז די וואס קענען דאס אויסמעקן זאלן עס טאן ווי פריער).
צווייטנס איז לעכערליך צו זאגן אז דער טאלאנטפולער שרייבער ר' פינחס גלויבער איז בעסער פון הרב לעווין. גלויבער איז טאקע בעסער אין גראמאטיק און אין די כללי הכתיבה ווי אויך בכלל אין דעם שרייבן קונסט, לעומת זה אבער קען גלויבער נישט נאכמאכן הרב לעווינ'ס ארבייט ווען עס קומט צו ערוועקן אידישע הערצער, און צו אינספירירן די מאסן, ווי אויך מעורר צו זיין אויף אן ענין.
הרב לעווינ'ס אייגנארטיגקייט איז אויך אין זיינע פילע ידיעות אין יהדות, דאס איז א זאך קעגן וועלכער גלויבער קען נישט קאנקורירן.
עקסטער דארף ארויסגעברענגט ווערן אז הרב לעווין פארמאגט א געוויסע ענוה וואס גלויבער האט נישט. ווען הרב לעווין האט ארויסגעברענגט זיין מיינונגספארשידנהייט מיט גלויבער איבער דער טעמע פון "באמעס" האט ער זיך באצויגן צו גלויבער מיט כבוד און דרך ארץ, לעומת זה ווען גלויבער האט צוריקגעשלאגן, האט ער אנגעקוקט זיין קאלעגע - וועלכער זיצט שוין אין "צייטשריפט" צען מאל אזוי לאנג ווי אים - פון אונטן ארויף, און האט אים ניטאמאל דערמאנט ביים נאמען ביז'ן לעצטן פאראגראף, ווי צו זאגן: "ווען ביסטו אז איך איך זאל מיך בכלל רעכענען מיט דיר."

תוקן על ידי משהיונה ב- 12/08/2008 4:39:30
תוקן על ידי משהיונה ב- 12/08/2008 4:40:53
זיי זענען ביידע גוטע שרייבערס.
נאר זיי האבן מיינונגס פארשידענהייטן, אזויווי יעדער.
ס'נישט קיין שום עוולה.

משה יונה אפשר קענסטו מיר לאזן וויסן ווי איז די דעבאטע,
לויט ווי ס'זעט אויס האבן צוויי אירע דעבאטירט איינער מיט א נאמען און איינער אן א נאמען, זעלבסט פארשטענדליך אז מ'דארף האבן מער רעספעקט צום שרייבער וואס גיבט זיך ארויס מיט א נאמען ווי צו דעם וואס פיגורירט אלץ א בן בלי שם
דריי וואכן צוריק האט ר' פנחס גלויבער געשריבן א קאנטראווערסיאלע ארטיקל אין דער "צייטשריפט" איבער דעם היינטיגן שיקזאל פון די "באמעס". הרב אשר לעווין האט רעאגירט א וואך שפעטער מיט אן ארטיקל אונטער'ן קעפל "ר' פנחס, דאס מאל בין איך נישט מסכים מיט אייך."
א וואך שפעטער האט גלויבער צוריקגעשריבן אונטער אן אריגינעלן קעפל: "פריזמע פאראפריזיפירט".
די אלטע אויסגעדראשענע טענה אז א שרייבער וואס גיט ארויס זיין נאמען איז מער באגלויבנסווערט איז לעכערליך. כאטש אן אונטערגעשריבענער פאשקעוויל האט טאקע מער נאמנות ווי אן אנאנימער צעטל, איז דאס אבער בכלל נישט נוגע דא אהער ווען מען טענה'ט זיך אויף סברות. איינער פון זיי איז גערעכט און קבל את האמת ממי שאומרו.
א קליינעם סוד קען איך אייך דא אנטדעקן אז אין דעם ספעציפישן פאל איז מיין דעת מער נוטה צו דעם אריגינעלן משמעות פון דעם ערשטן ארטיקל פון גלויבער, זיין זלזול אבער קעגן זיין חשוב'ן קאלעגע הרב לעווין איז אבער קלאר אומבארעכטיגט.

איך האב דיר שוין געשריבן אז ער איז נישט מזלזל קיינעם ווייל אשר לעווין עקזיסטירט נישט, דאס האב איך פריער געשריבן אז מזלזל זיין איז נאר שייך ווען מ'געט ארויס דעם נאמען
און איך זוך נאך צו פארשטיין וואס איז די גרויסע סוד וואס אלע שפילן דא ארום? יעדער ווייסט דאך סיי ווי זיין נאמען, וואס איז די נארישע געים וואס מען שפילט דא ארום?
איך וועל חס וחלילה נישט ארויסגעבן זיין נאמען, אבער איך וועל זיך מוזן באנוצן מיט א לינק צום אפגעפליקטען אידישע וועקי
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9%D7%A8_%D7%9C%D7%A2%D7%95%D7%95%D7%99%D7%9F

אז איינער האט עס שוין ארויפגעלייגט אויף די אידישע וויקיפעדיע, איז עס שוין מער ווייניגער באוואוסט.
און ווער זאגט אז ס'שטערט אים, אז מ'ווייסט זיין נאמען?