היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » וואס וויל UJ CARE?

וואס וויל UJ CARE?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2454726

בלעטל » 28/7/2008 21:58

קען איינער מסביר זיין וויפול רשעות ברויך מען האבן צו פראקלאמירן אזא ליגענט אויף ר' מ"ד נידערמאן אז ער ארבעט פאר זיינע אייגענע אינטערעסן. א איד וואס מען ברויך אים צוזאמענשטעלן געלט ווען ער מאכט חתונה.
אלעס ווערט מותר ווען מען פילט אז די פארטיי הינקעט אונטער, כאילו רמ"ד נידערמאן שטערט עפעס פאר די אהרניסטן,
ווילאנג איר האט נאר געטיילט בענענעס אין מיט דעם געפיטערט ענקערע יוגנט, אז עטס זענטס מעכטיג בילדער צייטונג מילא החרשתי אבער איצט סתם צובאשמיצן רמ"ד ני"ו ווייל די יוגענט פאדערט נאך עקשאן דאס איז שוין א חוצפא און רשעות
ארונים אראפ..........

צדקתך » 28/7/2008 22:17

עס איז נערמאל נוסח ארוינים

ארילייב » 28/7/2008 22:28

צדקתך, איך האב ביז היינט מער געהאלטן פון דיר, איך פארשטיי נישט וואס מען וואונדערט זיך, אויב רמד נידערמאן וויל פארטרעטן יעדן וויליאמסבורגער איינוואוינער האט ער געדארפט זיין 100 פראצענט נייטראל אין דעם סאטמאר'ן סכסוך, אויב וויל ער זיין איין זייטיג און ארויסהעלפן איין צד אויפן חשבון פונעם צווייטן צד וואס קען ער ערווארטן.
איך פארשטיי אויך נישט פארוואס מד נידערמאן איז געגאנגען צו די נ.י. פאוסט באשמוצן UJ קעיר בלויז ווייל זיי האבן באקומען געלט, פארוואס טאר א צווייטער נישט אויפטון פונקט ווי ער מעג, יו דזשי קעיר איז "נישט" געגאנגען באשמוצן מד נידערמאן אין גוי'אישע צייטונגען.
מד איז געגאנגען צו די גויאישע פרעסע, אלזא וואס איז די פראגע דא.

שיעהיימליך » 28/7/2008 23:32

בלעטל
וואס ביזטו שטיל ווי א עלה נידף
ענטפער עפעס!

צדקתך » 29/7/2008 03:00

ארי לייב וואס ער איז געגאנגען צו די גויאישע פרעסע דאס קענסטו פארקויפן באבקעס וויפיל די ווילסט ווייל דער היימישער עולם לייינט עס נישט און די קענסט איינבאקן וואס די ווילסט אינדערצייט וואס די אליינס ווייסט נישט וואס ער האט געזאגט און פאר וועלכע סיבה ער האט געזאגט.
 אבער דאס האב איך יא געזעהן אין די היימישע אידישע צייטונג אז מען האט אים באשמוצט אויפען ערגסטן פארנעם אויף גאר א נידריגן אופן און דאס איז הייסט באשמוצט און פארשעמט טויזנט מאל מער ווי ווען מען זאגט פאר די גויאישע פרעסע אז UJ CARE פארטרעט נישט גאנץ וויליאמסבורג.  צו באשמוצן א מענטש און שרייבן אויף א עסקן לשם שמים וואס האט שוין א געוואלד מיט זאכן אויפגעטאן פאר אונז אלע און ער טוט נאך כסדר וואס ער קען און האט פאר יעדן אן אפענע טיר אויף אזא איינעם צו שרייבן אז ער טוט עס פאר די אייגענע אינטערעסן אין א היימישע צייטונג דאס הייסט געהריג מבזה געווען פונקט אזוי ווי די פארשטייסט אז ווען איך נעם מיך אויף א מענטש שרייען אין בית מדרש ברבים איז ערגער ווי ווען איך גיי עס זאגן פאר גוים




נער_הייתי » 29/7/2008 08:58

דער אמת! סאיז שוין א לאנגע צייט וואס מען הערט נישט פון זיי, והנה, זיי געטראפן א נייע פרשה כדי צו קענען איבערדרייען גאנץ ניו יארק, א צווייטמאל טערעפט אויס אפעס בעסערס

_________________

לאנדסמאן » 29/7/2008 17:01

''דער בלאט'', באשמוצט אייביג רבנים פון אנדערע קרייזן, וויבאלד זיי האלטן נישט ווי זיי, איז נישט קיין וואונדער, אז צום סוף זענען זיי צוגעקומען צו באשמוצען דער פון זייערע חסידות. 

נחום_מנובל » 29/7/2008 17:23

מיינסט אוודאי צו זאגען דער יוד

צדקתך » 29/7/2008 17:42

לאנדסמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
''דער בלאט'', באשמוצט אייביג רבנים פון אנדערע קרייזן, וויבאלד זיי האלטן נישט ווי זיי, איז נישט קיין וואונדער, אז צום סוף זענען זיי צוגעקומען צו באשמוצען דער פון זייערע חסידות. 


לאנדסמאן עס קוקט אויס ווי די ביסט נישט באקאנט ר' משה דוד נידערמאן איז נישט פון זייער חסידות

ארילייב » 29/7/2008 17:50

צו מיין ידיד לאנדסמאן, דו דארפסט פארשטיין אז "דער בלאט" איז א פארטייאישע צייטונג, ס'איז געגרינדעט געווארן ווען "דער איד" וואס האט געדארפט זיין נייטראל האט גענומען א שטעלונג אין א מחלוקה וואס האט פערזענליך אנגערירט די ליינער קרייז, און זיי האבן זיך נישט געוואלט לאזן דערפון, איך ליין אסאך מאל דער בלאט און פון מאל צו מאל דער איד, איך קען נישט זאגן אז דער בלאט גיבט זיך אפ צו באשמוצן רבנים, אמאל אין א סכסוך נעמען זיי א שטעלונג צו זייער פארטיי, יעדער ווייסט אז דער בלאט איז געעפנט געווארן פאר ארונים, דורך ארונים אא"וו.
און צו דיר צדקתך טייערער, איך פארשטיי נישט וואס דיר באדערט, ר' משה דוד נידערמאן איז אין קאמף מיט דער בלאט שוין 9 יאר זייט דער בלאט האט זיך געעפנט, ער האט געדארפט צו זיין דער ערשטער אדווערטייזער און שטיצער פון דער בלאט אויב האט ער שכל, פארשטייט זיך ער האט פונקט אזוי געדארפט בלייבן אין דער איד, און אין די צייטונג, ער קעמפט אקעגן דער בלאט, אקעגן אלעס וואס דער בלאט פארטרעט, וואס ערווארטעט ער פון זיי, צו זאגן אז אלעס איז אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, דאס קען איך נישט פסק'נן, און דו צדקתך אויך נישט, אבער ס'איז זיכער נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה צו גיין צו גוי'אישע צייטונגען ארונטער רייסן דיין קאמפעטישן, און ווער ס'פארטרעט וועמען דאס וועלן מיר זען ביי די וואלן ווען איין צד וועט אינדארסירן אנדערע קאנדידאטן,
און איך וויל דיר נאך עפעס זאגן, אויב מד נידערמאן וואלט געוואלט וואלט ער געקענט איינמעלדן פאר די ליינער פון דער בלאט במשך די ניין יאר וואס ער טוט וואס ער קען העלפן, אויב ליינסטו נישט דער איד ווייסטו אפילו נישט אז אזא מענטש עקזיסטירט, יעצט וועל איך פרעגן טייערער צדקתך,  ממה נפשך, איז דער בלאט א ערנסטע צייטונג ווי ביזטו געווען ביז יעצט אין דער בלאט, איז עס נישט קיין ערנסטע צייטונג מה כל הרעש וואס גייט דיר אן וואס שטייט דארט.

לאנדסמאן » 29/7/2008 18:31

איך האב געמיינט צו זאגן, אז ''דער בלאט'', באשמוצט אנדערע רבנים, נישט סאטמאר, למשל האבן זיי געשריבן אקעגן ''דער איד'', ווייל זיי האבן זיך 'דערוואגט' צו שרייבן- לויבאוויטשער רבי זצ''ל, זעהט אויס אז ''דער איד'' האט שוין איינגעזען אז מען דארף רעספעקטירן אנדערע רבנים, אפילו זיי האבן נישט געהאלטן ווי זיי.

אבער ''דער בלאט'' העצט ווייטער און מאכט חוזק פון אנדערע רבנים, אלעס מעג מען צוליב די 'שיטה'.

זאלן זיי זיין פארנומען צו העצן אקעגן זייערע חסידות, אויף די אנדערע צד,   און נישט קוקן אויף יענעם.

ארילייב » 29/7/2008 18:47

אפילו איך ליין געווענליך דער בלאט נישט דער איד, יענע ארטיקל וועגן ליובאוויטש איז געווען איבער געטריבן, זיי האבן געוואלט כאפן א געלעגנהייט צו קריטיקירן דער איד, געווענליך טוט דער איד אזעלכע שטיקלעך, איך האלט טאקע אז מען דארף בכלל נישט העצן אויף קיינעם, נאר דא מיט נידערמאן פארשטיי איך די ווייטאג פון מענטשן וואס ער האט תמיד איגנארירט און בא'עולה'ט על כל פנים פאליטיש,
איך זאג נאך אמאל פאר אלע וואס פארפירן ממה נפשך, האט זיך נידערמאן ביז היינט נישט געדארפט רעכענען מיט די ארונים ווייל זיי זענען א מינדערהייט, אפגעפרעגט, קיינער קוקט נישט אויף זיי אא"וו. דאן דארף ער זיך יעצט אויך אויסלאכן פון זיי, און אויב זענען זיי באמת יא א כוח, דאן זענען זיי דאך גערעכט, פארוואס האסטו זיך נישט גערעכנט מיט זיי ביז יעצט. ווער האט דיך געשטערט צו זיין נייטראל, דו האסט געדארפט ברענגען פאליטישאנס צו ביידע סאטמאר'ס העלפן ביידע מוסדות, אא"וו, קען זיין אז די וואלן וועלן איבערצייגן אז נידערמאן איז גערעכט, דאן האט ער נישט וואס צו זיין ווילד אדער נערוועז נאר זיצן און לאכן

מוזיקנט » 30/7/2008 07:08

בלעטל,
קענסט זיין א שוואנץ, אבער קיין כאניאקישער שוואנץ זיי נישט.

ר' משה דוד איז א טייערער איד, אבער קיין ארימאן איז ער ב"ה נישט.
ער איז א עושר אדיר און זאל קענען טאן טובות פאר אידן אייביג.

איך ווייס קלאר אז ער פארלאנגט 20 טויזנט דאלאר צו ערלעדיגן א וויזא. ער האט אלע רעכטן. און פינקט ווי דער גראסערי מאן האט רעכט צו בעטן געלט פאר קעז און ברויט מער ער אויך בעטן.

אבער פארדריי מיר נישט דעם קאפ אז מ'דארף אים צוזאמענשטעלן געלט.

ארילייב » 30/7/2008 22:56

בלעטל גייט אנהייבן אן אפיל פאר נידערמאן, לייג א וועבסייט וואו מ'קען געבן א נדבה, איך וועל אי"ה געבן טויזענט ש"ח בל"נ.