אלימלך שטערן פליט ארויס פון ביד"צ
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2454342
אלימלך שטערן האט היינט געהאט א נידערלאגע, ווען הרבנים הגאונים הצדיקים חברי הביד"צ עדה החרדית שליט"א ובראשם כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האבן אים ארויס געווארפן פון ביד"צ.
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבען מיט א צייט צוריק וואס אלימלך שטערן איז געפערליך ברוגז געווארן אויף הגאון הגדול מזקני הרבנים בדורינו, רבי אליקים שלעזינגער שליט"א, און דאס איז צוליב זיין גרויסע געפערליכער זינד אז ער האלט זיך נאנט און שטיצט קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר, ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א.
צוליב דעם האט אלימלך שטערן אנגעהויבען צו פירן א שרעקליכע מלחמה קעגן רבי אליקים, און איצט ווען רבי אליקים מיט די הילף פונעם פוילישען רב הרב שודריך בויען איבער די הייליגע בית החיים אין ווילנא, האט זיך דער שמוציגער אלימלך שטערן ארויף געכאפט דערויף, און לויפט ארום און שרייבט ארטיקלן אין דער איד קעגן רבי אליקים. און ער שרייבט אז רח"ל אז רבי אליקים איז געווארן א שייגעץ און ער גראבט ארויס אלע קברים אין ווילנא... ער איז פונקט ווי די ציונים וואס גראבן קברים... און נאר ער דער מיילעך שטערן וועט נישט לאזן אז דער קברים גראבער רבי אליקים זאל אויסגראבן די קדושי ווילנא...
איז מיילעך שטערן געלאפן פאריגע וואך צום ביד''צ העדה החרדית, און געשריגען אז רח"ל מען גראבט אויס די הייליגע קברים אין ווילנא, און מען דארף מאכן בריוון, חרמות, קנמות, פראטעסטן קעגן די שקצים וואס טוען דאס, די ביד''צ האט זיך נאך געפרעגט אויף די זאך, ביז זיי זענען געוואויר געווארן וואס ליגט אונטער די זאך. האבן זיי געזאגט פאר מיילעך, אז היינט זונטאג וועט מען מאכן א מושב בי"ד דערוועגן און בי"ד וועט הערן ביידע צדידים און מען וועט זעהן וואס צו טאן.
היינט איז פארגעקומען דעם מושב ביד"צ עס האבן זיך באטייליגט אלע רבני העדה ובראשם כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, אויך האבן זיך באטייליגט די קינדער פון רבי אליקים, מיט די חברי הוועד להצלת הבית החיים דווילנא, וואס רבי אליקים האט אויפגעשטעלט. אלימלך שטערן האט געמאכט יאמערליכע קולות און געשריגען געוואלדעס, נאכן אויסהערן אלע טענות האט בי"ד גע'פסק'נט אז רבי אליקים איז גערעכט, און אלימלך שטערן האט נישט קיין שום טענה, און ער דארף אויפהערן מיט זיין העצע.
ווען מיילעך האט געזעהן דעם בראך פאר די אויגן, האט ער אנגעהויבען צו שרייען אז רבי אליקים דינט און טאנצט פאר די עבודה זרה רח"ל, מען האט נישט פארשטאנען וואס ער וויל, ביז ער האט געזאגט אז ער דינט די אהרונים...
כ"ק גאב"ד ירושלים האט זיך אנגערופן: אלקים נצב בעדת ק-ל, און ווי שעמט איר זיך נישט צו זאגן אזעלכע דברי ביזו קעגן דעם גרויסען גאון, און קעגן או עדה הקדושה סאטמאר? האט זיך מיילעך גענומען האמערן אז דאס גאנצע ביד''צ איז אויך פארכאפט אין די עבודה זרה, און זיי זינגען און טאנצן פארן עגל פון די אהרונים. פערזענליך האט ער פוגע געווען אין כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, און אים געזאגט, אז וועגן דעם נעמט ער זיך אן פאר רבי אליקים, ווייל ער איז פערזענליך נאנט מיט אים פון לאנדאן, ממילא איז ער פסול צו פסק'נען דערויף. הגאון רבי יעקב מענדל יוראוויטש האט זיך אויפגעשטעלט און אים געזאגט: חצוף מחוצף ארויס פון דא!, גלייך זענען אריינגעקומען אפאר פון די הנהלת העדה און ארויסגעפירט אלימלך פון דארט.
דערנאך האט דאס ביד''צ ובראשם כ"ק גאב"ד ירושלים אפגעשריבן א גאר ווארמער בריוו לטובת דעם וועד להצלת הבית החיים דווילנא, וואס ווערט געפירט דורך הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 11/08/2008 1:40:52
לאמיר נישט פארגעסן: אז די עדה החרדית זענען נישט קיין קלענערע מושחתים, קודם כל ווי איז מעגליך אז א בי"ד זאל ארויס געבן פסקים און צעטלעך פאר זיי הערן צוויי צדדים, נאר כידוע אויב ס'קומט איינער וואס געהערט צו די זאליס / בני יואל פארטיי איז ער זייער וועלקאם ביי די עדה און ער איז בחזקת מהימן און מ'געט שוין ארויס א פסק קעגן איינער וואס געהערט צו די ארונים.
במילא אפילו אויב בלית ברירה האבן זיי נעבעך געמוזט דאס מאל צוריק ציען איז ביי אונז נישט קיין שום שמחה.
לא מעוקצך ולא מדובשך
פורים איז נישט דאס ווארט.
אין דעם ערשטען בריוו פון דעם פורים בי"ד שטייט אז די ארכיאולאגן גראבן קברים.
און אין דעם צווייטן בריוו שטייט אז ח"ו אז די ארכיאולאגן גראבן, זיי דעקן נאר אויף דע ערד, און טאמער טרעפן זיי ח"ו א ביין באדעקן זיי עס צוריק מיט גרויס זהירות.
הערט און שטוינט! די ארכיאלאגן דעקן צוריק מיט גרויס "זהירות"!
און ווער איז דער עד נאמן דער שליח פון די רבנים, הרב שטראה פון לאנדאן, און וועמענס שליח איז ער, פון וועלכן רב, הגאון ר' אליקום שלעזינגער מצאצאי הרב משה בלויא והרב יענקל ראזנהיים מייסדי האגודה, וועלכער איז שוין באקאנט צענדליגער יאהרן מיטן פארציילן יעדען טאג מעשות פון בריסקער רב, חזו"א, סאטמאר רב, א.א.וו. וואס קיינער האט נאך קיינמאל פארדעם נישט געוואסט.
איז לאמיר פארשטיין, הגאון ר' מענדל יאראוויטש זאגט אז ער גלייבט הרב שטראה פון לאנדאן אז די ארכיאלאגן דעקן צו מיט גרויס זהירות די ערד, און נישט הגאון הגדול משרידי דור דעה מרן רבי דוד שמידל שליט"א וועלכער זאגט עדות וועגן די שרעקליכע אכזריותדיגע פעולות פון די ארכיאלגאן.
אויב נישט דאס מיינט פורים, ווייס איך שוין נישט וואס פורים מיינט.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:04:21
_________________
דער בי"ד אין דעם ערשטען בריוו:
"וכמובן שהאיסור הוא גם לחפור לצורך חיפוש מקומות קבורה פנויים"
איז וואס איז זיי יעצט נתברר געווארן מפי דעם הרב שטראה דער שליח פון הרב שלעזינגער?
אז מ'מעג יא גראבן כדי צו זוכן מקומות קבורה פנויים???!!!!
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:06:00
_________________
די ערשטע בריוו האט ארויס באקומען בערמה ובשקרים דער שליח לדבר עבירה מענדל דוו''ד פון ב''ב אבער צום מושב בי''ד האט ער מורא געהאט צוגיין ווייל אז עס וועט נתגלה ווערן קלונו ברבים וועט דאס שטערן פאר זיין שנאר ביזנעס .
פורים מיינט מיידלעך שטערן וואס וויל מאכן פורים פון בי'''ד און פון די גאנצע וועלט און דאס אלעס פאר זיין קנאות מזויפת .
מען קען מיינען וועמען ס'אינטרעסירט בכלל דעם בי"ד עיידה החרדית.
מ'האט דא צוטאהן מיט גויים, מיט די ליטווישע רעגירונג, און מ'האט מצליח געוועהן אפצושטעלן די גראבונגען דורך אנשטעלן די אמריקאנער רעגירונג דורכדעם וואס מ'האט זיי ערקלערט אז די גאנצע אידישע וועלט איז קעגן דעם.
אין דע מינוט וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איינער וואס רופט זיך אלס יו"ר אבותינו און רב פון לאנדאן איז די גאנצע מיה געגאנגען צו גרונד.
נישט ס'איז איינעם אינטרעסאנט בכלל וואס פונקט די פון זשופניק האלטן.
פארשטאנען?
דע שנאה צו מיילך שטערן מיינט נאכנישט אז צוליב דעם דארף מען איינשטעלן אלע בתי חיים אין גאנץ אייראפע.
דאס אוועקשטעלן א בילד כאילו אז גאנצע ליטווישע רעגירונג און אלע מדינות אין אייראפע זענען נעכטן געשטאנען אויף די פאדערשטע פיס צו הערן וואס פונקטלאך האלטן, איז נישט מער ווי נאך א רינג אין לגיונות פון בעל החלומות
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:08:20
_________________
פלוצלינג ווען די חכמי ז'ופניק טאנצן נישט אזוי ווי די זאלי'ס און מיידלעך שטערן וכת דילי'ה שרייבן פאר איז עס געווארן א פורים בי''ד און מען וויל זיי משפיל זיין עד עפר א''כ מעיקרא מאי קסבר וואס וגייען זי בכלל צו דעם בי''ד להיפאקריט'ן פתרונים, אבער עס איז נישט קיין וואנדער זה דרכם כסל למו .
תיימענער
כדי אפצושטעלן גראבונגען אין בתי חיים, איז מען אויך געגאנגען צו הרב אלישיב הרב שטיינמאן וכו'.
אבער פורים בלייבט עס.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:08:52
_________________
לאמיר מאכן סדר:
די בי"ד העדה החרדית נעמט זיך שטענדיג אן פאר די זאליס (כלל ישראל ביסט גערעכט אז ס'איז א פורים בי"ד),
בלית ברירה האבן זיי נעבעך געמוזט זיך אנעמען פאר די ארונים,
מיידלעך שטערן איז שטענדיג געווען א מחרחר ריב און ער העט קיינמאל נישט געמיינט לשם שמים אזוי ווי זיין חבר ר' מענדל דאווידאוויטש וואס ער איז באקאנט אז פאר געלט איז ער גרייט אפילו זיך צו שמ...
קומט אויס אז די עדה האט דאס מאל ארויס געווארפן מיילעך מיט מנדל און נישט פארקערט אזוי ווי כלל ישראל וואלט געוואלט ס'זאל זיין (אזוי שרייבט ער אין א אנדערע אשכול)
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:10:11
_________________
לאמיר צי לייגן די פאקטן אויף קליין געלט
1) הרב הגאון ר' יוחנן שטראה ר' אליקים'ס שלוח איז א איידים ביי הרב החסיד ר' שמואל בנימין סופר פין מאנשטסטער
ער זיצט אין לערנט באלד 16 יאר אין כולל א טאטע פין 8 קינדער ער מיט זיין טאטע זענען תלמידים פין הגאון האדיר ר' אליקים שליט"א אין ער געט יעצט ארויס חיבורים אויף הלכות שבת א יונגערמאן א בעל דעת
2) הרב הגאון ר' ישעי שלעזניגער בן ר' אליקים שליט"א איז אויך געווען ביים בי"ד ער איז א פארברענטער זאלי
אין ער האט געהאמערט ביים בי"ד וואספארא שקרן מיילך שטערן איז
3) א דאנק די צוויי שליחים האט בי"ד צירוק געצויגן פינעם ערשטען בריוו וואס מייליך שטערן האט זיי אריינגעפאפט
וואס איז בדרך אגב דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס די עדה החרדית ציט צוריק פין א בריוו
4) מייליך שטערן האט געזאגט פארן בי"ד אז מען גראבט אין ער קען עס אינטער שטיצן מיט בריוון וואס ער האט פין די ארכלאגן, האט בי"ד געזאגט ני געב אהער די בריוון , האט מייליך געזאגט אז ער האט געלאזט די בריוון אין אמעריקע
דא האט דאס גאנצע בי"ד ספאנטאן אויס געשריגן אויף מייליך, שקרן
5) משולם זילבערמאן א משב"ק ביי ר' לייביש לייזער שליט"א נעמט גאר א שמוציגע ראלע אין די גאנצע זאך
אן די וויסן פין ר' לייביש שליט"א
6) מייליך שטערן / ר' דוד שמידעל פורבירן צי פארכאפן די אישו פין קברים אזוי ווי
משה בער בעק אין קנאיות,נחום ראזנבערג אין מקאוות,ואלהענדלער אין גיטין,יודל שיין אין כשרות,
די מענטשן האבן נישט קיין שום קראדענשעלס אין ערגעץ אין גאנץ שלחן ערוך
7) דעס וואס כלל_ישראל טענה'עט דא ,דעס אקראוט האט מייליך שטערן גע'טענה'עט ביים בי"ד
8) ר' דוד שמידעל איז שוין געווען אין כנסת המינות רח"ל ווי סאיז געווען באשריבן מיט בילדער אין משפחה מאגעזין
9) מייליך שטערן האט ביי די צפת'ער פרשה ווי דער ברך משה מיט ר' משה ארי אין ר' בינמין ראבינאוויטש גאר שטארק ארויס געשטעלט קאגן ר' דוד שמידעל האט ער דעמאלס געשריבן אויפן ברך משה רגליו אשר לא עמדו על הר סיני עפ"ל
א. דאס ארפנעמען די אשכולות ווייזט אויף א פחד און שרעק פונעם אמת, און וועלענדיג אנטלויפן פונעם אמת מעקט מען אשכולות.
יעצט דעקלעראציע
דיינע נארישע ווערטער קעגן מרן הגאון האמיתי רבי דוד שמידל שליט"א דארף נישט קיין ענטפער.
דאס אז הרה"ג ר' אלימלך שטערן שליט"א ארבעט אין אתרא קדישא דארף נאכנישט מיינען אז גאנץ אתרא קדישא טויג נישט, און יעדער ארויני מוז נעמען א דעה אין דעם ענין.
און צו הנהלת הפורום.
אויב די אשכולות איז געמעקט געווארן ווייל ס'איז געועהן דארט א פגיעה אינעם איידעם פון משה בלויא פון די אגודה, און אייניקל פון יענקל רוזנהיים מייסד האגודה, דעמאלס פארוואס מעקט מען נישט אשכולות וואס סאיז פוגע אין מרן הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א.
היתר הרב אלישיב פסגת זאב, היתר הרב אליקום שלעזינגער ווילנא, מאי נפק"מ?
ווייסט אפשר איינער דער חילוק פון דעם היתר, און די נפק"מ פון די גרויסע סכנה,
פון דעם היתר פון הרב אלישיב אין פסגת זאב צו אויסגראבן די קברים דארטן דורך די ארכיאלאגאן מיט גרויס "זהירות" בפיקוח צמוד פון זיינע משגיחים ת"ח יר"ש.
און דער היתר פון הרב אליקום שלעזינגער צו מאכן א יד אחת מיט מרכז רבבני אייראפע און רפורמער צו אויסגראבן דורך די ארכיאלאגאגן די קברים אין ביה"ח אין ווילנא מיט גרויס "זהירות" בפיקוח צמוד פון דעם גרויסן ת"ח! יוחנן שטראה (א טאטע פון אכט קינדער) און דער צווייטער ליידיגייער וואס האט געהויבן הענט פאר די צייטונג שרייבערס וואס זענען געקומען פאטאגרפירן ווי זיי גראבן דע קברים.
ווער עס ווייסט זאל ביטע פאוסטן.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:13:30
_________________
דעקלעראציע
לאמיר פארשטיין וואס דו האסט געשריבן:
1) ר' אלימלך שטערן איז אויך א טאטע פון אכט קינדער.
2) הגאון רבי דוד שמידל שליט"א פירט שוין מיט א כולל און ישיבה צענדליגער יארן.
3) ישעי' שלעזינגער איז א פארברענטער ארויני, (און אז נישט, וואס איז דאס בכלל משנה)
*--nivot**--end nivot*
דארנערשטאג איז ענדליך אנגעקומען די גרויס ערווארטענע טאג, די זאליס האבן געמאלדן אז מען גייט היינט פארקויפן פירות חוץ לארץ און פראנט פון רחוב יואל, און ויואל משה.
די זאליס האבן געמאכט א הסכם מיט מיכה ראטשליד וואס ווער עס ווייסט אביסיל מערכות ישראל ווייסט וואס ער מיינט, איינער וואס פירט אן א מערכה קעגן די עדה החרדית פאר יארן לאנג, ער איז א ליטווישער פון די נאנטע ביי הרב שטיינמאן, ער האט געפירט די מערכה כבידה קעגן
ר'
דוד שמידל שליט"א ביי גראבענגען אין גבעת צרפתים און נאך.
בקיצור מיט אים האבן די זאליס געמאכט א יד אחת אינאיינעם אפגעמאכט אז מען גייט אונטער ברענגען די עדה החרדית, מיט זיינע קשרים מיט די מדינה הטמאה האט ער ערלעדיגט אריין צו ברענגען פרוכט פון ירדן און אדס וועט
ר' חיים הערש פארקויפן און פיקסען די עדה החרדית.
די זאליס האבן אנגעהויבען צו פארקויפען זייער פרוכט, זיי האבן פארקויפט אז עס האט די הכשר פון
ר' משה וואלף זארגער שליט"א און
ר' שלמה יודא הירש שליט"א, אבער ביידע האבן גלייך געמאלדען פאר די עדה החרדית אז עס האט נישט זייערהכשר, די עדה האט גלייך געמאלדן אפען קוו הציבור אז מען זאל נישט קויפן קיין פרות דארט ווייל עס האט נישט קיין הכשר און עס קען גאר זיין ח"ו פירות שמיטה.
דער ציבור האט טאקע נישט געקויפט די פירות און
ר' חיים העשר און יצחק ווייס זענען איבער געבליבען מיט רוב פירות, פארנאכטס האט די הנהלת העדה זיך דערוויסט אז די פירות קומען גאר פון די גרעניצען פון ירדן וואס על פי תורה איז עס נאך ארץ ישראל, און די פעלדער באלאנגען נאך פאר א פרייער איד, וואס האט די היתר פון די מכירה פון די רבנות,
וואס דאס מיינט רח"ל אז ר' חיים הערש מיט זיין תאות הניצחון האט ל"ע מכשיל געווען אידישע קינדער מיט פירות שמיטה רח"ל.
ירושלים ברענט און פלאקערט אויף די שרעקליכע מעשה וואס עס איז אפגעטאן געווארן!!!
שומו שמים!!! תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/10/2007 1:59:36
http://209.85.135.104/search?q=cache:aSDh9xkkKV4J:www.bhol.co.il/forum/topic.asp%3Ftopic_id%3D2287555+%D7%A8%27+%D7%93%D7%95%D7%93+%D7%A9%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%9C&hl=iw&ct=clnk&cd=4&gl=il
צו הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א טוט יא פאר בתי חיים צו נישט, דארף נישט קיין ענטפער פאר נארמאלע מענטשען.
ווער עס וויל פראבירן זוכן א ביסל.
http://www.google.co.il/search?hl=iw&q=%D7%A8%27+%D7%93%D7%95%D7%93+%D7%A9%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%9C&meta=
אין אלע פיר עקן וועלט
נאך איבער הרב אליקום שלעזינגער מיט גראבן קברים
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3386418,00.html
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:15:11
_________________
איז אמת אז ר' דוד שמידל איז געווען אין כנסת המינים.
ווייל אויב יא, וויאזוי מעג בית דין זיצן מיט אזא פערשוין.
ווי האט אזא איינער נאמנות, און אויב מעג מען גיין אין כנסת המינים אויב מ'וויל אויפטאן.
האבן דאך די חברי הכנסת אויך א פערטיגן היתר.
אבער ביטע קודם מברר זיין.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:17:03
_________________
מעגסט נאך שרייבען הרב אדער ר' אויף הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער, מגדולי מעתיקי שמועה בדורינו, די מחוצף איינער
כלל ישראל, די ארבייט'ס אווער טיים פאר אתרא קדישא יעצט, איך וואלט זיי נישט צירוק געבטען די רעשט פונעם צוואנציגער אויב זאל יעצט זיין ערב יום כיפור. עס קומט דיר ערליך.
איך וועל דיר זאגן דעם אמת. איך קען נישט פערזענליך ר' דוד שמידל, אבער וויפיל איך קען רבי אליקום שלעזינגער שליט"א און איך זעה וויאזוי די בא'טיטול'סט אום, שטעל איך מיך שוין פאר ווען איך זעה די טיטלען אויף רב שמידל ווי אמת און גלויביג דאס איז.
די ברענגסט אום נאר אראפ.
כלל ישראל, וואס בלייבט? די עדה איז געפלויגן פון אתרא קדישא בשן ועין ? ס'אמת? זיי קענען מער נישט אריינגיין אהין? ביסטע זיכער דעראון?
איז דא עפעס אן אויסוועג אז זיי זאלן נישט גלייך באקומען דעם הארבסטן שטראף? ווי וועלן זיי זיך אהינטוען יעצט? נישט אז אז איך פראביר זיך אנצונעמען פאר די עדה, אבער איך וויל פשוט פארשטיין וואס זיי גייען יעצט טוען, זיי זענען דאך יעצט געבליבן עלענד אויף די גאס, אן די אתרא קדישא, וווי אהין קערט מען זיך? וויי געוואלד!
כלל ישראל, טרינק א גלעזעל וואסער און ענטפער ביטע שיין.
לעבעדיגער
ביזט סתם א ארויני וואס איז נישט גרייט צו הערן גארנישט, דער עיקר צו אטאקירן יעצט דיין פאליטישער שונא ר' אלימלך שטערן,
דאס וואס אתרא קדישא און הגאון ר' דוד שמידל שליט"א איז ווייסט גאנץ גוט, און ווען ס'שמעקט דיר ווייסטו אויך ווי צו עס נוצן, (ווי איך האב געבריינגט פון אנדערע אשכולות)
פאנג מיר נישט אן מיט די שיטה פון ליצנות און פארדרייען פאקטן מיט דעמאגאגישע וויצן או דריידלאך.
איך ווייס נישט ווער ס'געפלויגן פון וועם, מיין אשכול (וואס מ'האט געמעקט, פארוואס?) איז געוועהן א ענטפער קעגן דעם אשכול.
כאילו מ'קען מיינען אז ר' אלימלך שטערן קען נישט שלאפן ביינאכט פון דעם אז בדי"צ האט געזאגט אזוי צו אזוי.
איך מיין אז בדי"צ איז אסאך מער באזארגט אז אתרא קדישא זאל מיט זיי נישט אפאהאקן קאנטאקט. פארשטייסט?
מאך נישט נאכמאל אזא גרויסע אישו פון בדי"צ ווער ס'איז יא געפלויגן און ווער נישט, מ'קען מיינען אז די וועלט קען נישט אנגיין ווייטער אן הרב יאראוויטש הרב פרנקל הרב ראזנבערגער, און יעדער איז פונקט אינטערסירט וואס זיי האבן געהאלטן אין יענע מינוט.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:18:20
_________________
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:22:08
_________________
עס איז פשוט אינטערעסאנט אויב בי''ד איז גארנישט וואס האבן די צבועים העושים מעשה זמרי ומבקשים שכר כפנחס מיידלעך שטערן ומענדל דוו''ד גענומען א בריוו פון בי''ד ? עס איז אזוי ווי די מעשה פון ''משלי שועלים'' מיט'ן פיקס וואס האט נישט געקענט אריין גיין אין וויינגארטן עסן פון די טרויבן האט ער געזאגט ''עה די טראבן זענען סיי ווי זויער איך דארף עס נישט'' אזוי אויך זיי די היפאקריט'ן (צבועים) וויבאלד די בי''ד האט נישט געטאנצט אזוי ווי זיי האבן געפידלט מאכן זיי אפ דעם בי''ד , מיר געדענקען נאך גאנץ גוט ווי דער הייליגע'ר רב פון ירושלים זצוק''ל א יאהר פאר זיין פטירה האט געשריגן אויף ''הרב הק' יוסף בנימין רובין'' ווען ער האט זיך אויף געשטעלט רעדן אין ביהמ''ד האט ער געשריגן שייגעץ ארויס מען טאר אים נישט לאזן רעדן און פלוצלינג יעצט פאר זייער פאליטיק איז ער גוט און כשר .
הרב כלל ישראל
איך קען דיך בעטן א פערזענליכע טובה?
ווי לאנג די מנהל וועט פארעכטען דיינע תגובות (אדער עס אויסמעקן און דיך חוסם זיין) בעט איך דיך פליז שרייב עטליסט ר' אויף א רב אדער רבי אפילו אויף א ראש ישיבה,
איך וויל ליינען וואס די שרייבסט, ס'פאר'עקל'ט מיך אבער צו ליינען ווי אזוי די שרייבסט ארויס די נעמען פון גדולי ישראל אן א ר'
שכויעך למפרע
כלל ישראל. זיי מיר מסבר א קלייניגקייט.
אויב איז אמת וואס די שרייבסט אז "מ'קען מיינען אז די וועלט קען נישט אנגיין ווייטער אן [ר'] יאראוויטש [ר'] פרנקל [ר'] ראזנבערגער, און יעדער איז פונקט אינטערסירט וואס זיי האבן געהאלטן אין יענע מינוט" כלשונך. צו וואס זענט איר בכלל געלאפן צום עדה אז זיי זאלן דאס אסר'ן פון די ערשטע מינוט? וועם גייט בכלל אן וואס זיי האלטן?!
צו וואס האט איר זיך דערנאך אראפגעזעצט מיט די עדה, איינגעלייגט וועלטן, אזש מיידלעך שטערן איז געקומען צו פארן פון ניו יארק זיי איבערצווויייזן אז איר זענט גערעכט? וועם גייט דען אן וואס די עדה האלט?
וואס זענט איר אזוי בייז אויף די עדה? פארוואס זענט איר אזוי בייז אויף רבי אליקום שלעזינגער שליט"א? סך הכל האט ער נאר אויף זיין זייט די עדה. וועם גיייט דעם אן וואס זיי האלטן?
האללאו, קאָט די קרעפ, ביסט באגאסן געווארן מיט א טעפל הייס וואסער, כמעט אלע חברי הבד"ץ האבן אנגעכאפט דאס טעפל און געגאסן בעת די שטייסט דארט אינטער דעם, האנט-ביי-האנט אנגעכאפט מיט מיידלעך שטערן און איר ווערט גענצליך באגאסן און אפגעבריעט אויפאיינמאל.
"אז ס'טוט וויי שרייט מען" - זאגט ר' יואליש, דער שארמעשער רב, פאר ווער עס געדענקט - און אטא דערפאר שרייסטו און בורקעט מיט די פוס.
אייער פרצוץ איז שוין נתגלה געווארן פאר עטליכע וואכן צוריק ווען איר האט באשמיצט אין "דער איד" דעם רב "רב שודריך", מ'האט אום אראפגעלייגט ווי גלייך ער עסט יום כיפור און רייכערט שבת, א שמוציגער ארטיקל נוסח דער איד. יעצט איז געקומען אויף די אגענדע הגאון הגדול רבי אליקום שלעזינגער שליט"א, וואס צוליב זיין חטא פון מיטשטיין מיט הרב שודריך און זיין קעגן מיידלעך שטערן ווערט ער גער געמיינסטער אינג, א לוגנער און בלאפער, מאכט מעשיות און קען נישט קיין לערנען, א פשוטער גאסן-אינג. (רח"ל אויף אייער שריפט)
ווי זאגט די וועלט "די הינט בילט און די באן פארט ווייטער"..
לוזער איינער.
איך זעה פון דיינע ווערטער אז דער הרב שמידל איז געווען אינעם כנסת המינים און דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.
אויב אזוי שטימט שוין גאנץ גוט וויאזוי הרב שמידל האט זיך גרופירט מיט מיט דעם זיין שותף דער מושחת ומתועב מילך שטערן. לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.
און דער געמיינער יונג האט נאך די העזה צו רעדן אויף דעם גאון המפורסם רבי אליקים שלעזינגער. און נאך א ווינדער אז ער איז דא אזוי צעווילדעוועט.
כלל ישראל, קענסט נוצן דיין אלטן שמוץ פען-נאמען אלי קעניג מיט וואס דו בילסט אין דער איד.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/07/2008 2:22:37
_________________
כלל ישראל
דער מנהל האט מסתמא געהאט א גיטען טעם פארוואס צי מעקען דיינע נישט איידעלע
שפראך אין ער פירט זיך מיט דיר לפמש"ה מיט געדולד אז די קריטיקירסט עיהם ברבים
אין איז דיך נישט חוסם
מיילעך לערנט אייך אויס איין זאך, מיט ליגענט מיט שקר קומט מען נישט אן די גאנצע סאמאטוכע וואלט נישט געווען ווען ער רעדט דעם אמת
דער הרב שמידל ווערט ארום געפירט פון דעם פיסק אבער נישט די בד"ץ, דאס פארקויפן רעפארמער אדער אלע אנדערע שטותים קויפט זיך נישט
איך קען פארשטיין איין זאך?
פארוואס דעם מיידלעך שטערן וועלכער רעדט שוין צאם יארן לאנג ניבול פה בפומבי האבן די רבנים נאכנישט געאסרט אבער נחום ראזנבערג וואס האט ערשט יעצט אנגעפאנגען צו רעדן ניבול פה האט מען שוין געאסרט.
לאמיר עס אביסל מער צי לייגן ווייל איך זעה ווי דער מילך איז צירידערט
1) הרב הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א איז א תלמיד מובהק פינעם בריסקער רב,אין א ליבלינג פין רביה"ק מסאטמאר זי"ע א יוד קרוב צי א בן תשעים, א תופס בישיבה פאר איבער א יובל שנים
מיא דעם אלעמען רירט ער זיך נישט אן א פסק פין הגאון האדיר דער פוסה"ד הרב וואזנער שליט"א ,אין מיט רבני אייראפע
אין ווי מען זעט מיט חברי ביד"ץ שליט"א
משא"כ ר' דוד שמידעל האט נישט קיין איין רב מיט זיך ער האנדעלט אלעס אויף די אייגענע האנט
2) הרב הגאון ר' אליקים שליט"א איז אן אויסגעריפנער קנאי ווען מען זאל אים שניידן שפריצט קנאיות
אלץ א תלמיד פינעם בריסקער רב זי"ע האט ער אלעס צי געזעהן מיט די אייגענע האנט
ווען מען קומט אריין צי אים ברענט דער אלטישקער מיט א אש להבה א קנאות ה' צבקות
צי וועגן נחל חרדי ,תכנית הלבה ,נעמען געלט ,גראבן קברים ,בחירות נישט דא נאך 5 אזעלכע קנאים
משא"כ ר' דוד שמידעל איז געזעצען אין כסנת המינות רח"ל לא פגע ולא נגע מיט קנאית וואס מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואלט קיינמאל נישט געטראסט אזא יוד אויף קיין שום הינזיכט
3) מילך שטערן האט טאקע 8 קינדער אבער ער אליינס האט גאר שמוציג מויל זיינע ראמאנטישע ארטיקעלן
איז א שוידער, ווי ער האט אמאל געשריבן אין דער איד אז היינט איז די וועלט אנגעפילט מיט פארנאגערפיע
ער איז אזא מניוויל וואס מען זעט נאר אין די רינשטאקן אין האליוואד זיין גאנצע פילזאפיע אין וועזן אין שטרעבן איז ניוויל
א יוד וואס לערנעט נישט, ער האט א הייזריגע שטימע מיט א שמוציג פעדער
4) מייליך שטערן גייט טאקע נישט אן פארוואס ר' דוד שמידעל איז געווען אין כנסת המינות רח"ל
ער שרייבט סאיז נערשקייטן ווייל ביי איז ,חברי הכנסת,בית הכנסת ,כנסת ישראל,כנסת המינים איין זאך
אין ער האט געהאט א גוטן רבי'ן דערצו, דער יוד האט מיט קנאית גארנישט
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער אשכול איז ארויס פון קאנטראל. אלע תגובות ביז אהער וועלן פארראכטן ווערן, און פון יעצט און ווייטער אויב סיי ווער וועט שרייבן אזוי מיאוס קעגן סיי וועלכן ת"ח וועט ער נחסם ווערן.
דער בעל דברי חשק וניאוף מיידלעך שטערן האט אנגעהויבן זיין שמוציגען קאמף קעגן ר' אליקים
פאר בערך צוויי יאר איז ר' אליקים געווען כ"ו אב ביי די יארצייט ביים רבי'ן זי"ע אין קרית יואל ביים רבי'ן שליט"א
אין לויט מיידלעך שטערן איז ער געווען א מחצוף ווייל ער נישט געגאנגען צי הגז"ל'ס סעודה
דעמאלס האט זיך מיידלעך שטערן געשויערן נקמה אין ר' אליקים
יודעלך שרייטס מיידלעך שטערן חזיר
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 30/07/2008 2:22:55
לויט ווי מען הערט קומט אין דער איד די וואך גאר שמוציגע ארטיקלען קעגן ר' אליקים אין קעגן די שרי התורה די חברי בית דין צדק,
דער ים חזיר מיידלעך שטערן שווערט נקמה
דעקלארציע לויט מיין אינפארמאציע האט דער בעל דברי יואל ז"ל אויך אמאל אויף גענימען
חברי הכנסת ,איז בממילא פארשטיי איך נישט דעם גערידער וואס די מאכסט דא
איך מיין אז עס איז א חילוק פין אויפנעמען ביז אריין גיין אין כנסת המינים
לאגיש ווי סקוקט אויס ביסטו א יונגערמאן אין די ווייסט נישט אלעס
ווען מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט זיך געטראפן מיט איינע פין די חברי הכנסת איז עס נישט געווען פאר קיין פאן צי א הענד שעק, דארט איז אנגעגאנגען פייערדיגע שמועסן אזש אז טיילמאל איז די רבי זי"ע ארויס געלאפן אינדערמיט
דער רבי ווען סאיז געקומען צי שיטה איז ער נישט געווען קיין דיפלאמאט אין אוודאי נישט קיין נועם המדות ,ער האט נישט געלאכט צי די כופרים אין געזיכט זיי צי חנפ'ענען מיט קיין שמייכל
משא"כ ר' דוד שמידל איז בשאט נפש אריין אין דעם טאמ'נעם בית המינות וואס זייט דעמאלס וויל קיין שום ערליכער יוד בכל קצבי תבל אים מוחל זיין פאר דעם פארראט
אין דא האב איך געטראפן דעם לינק פין וואס ארגינעלער האט דערמאנט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2018472&whichpage=&forum_id=16386
ס'איז א פוסטער שקר.
ווייל דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט אויפגענומען קיין חבר הכנסת.
רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן די בחירות האט ער יא אויפגענומען (איידער די ויואל משה איז ארויסגעקומען). און קיין חבר הכנסת האט ער נישט אויפגענומען ביי זיך.
לאמיך פרעגן אפאר פאקטן
1) איך האלט אויך אז מייליך (מיידליך ) שטערן איז א חזיר מיט א מיאוס מויל
איז לאגיש גערעדט איבער די גאנצע מערכה פארוואס אינז נעמיר א שטעלונג אין מען נעמט זיך פאר ר' אליקום, איז נאר וועגן מייליך שטערן ,אין לו יצור אז די מערכה זאל זיין ר' אליקום VS קדמונינו ווי אזוי וואלטן מיר דעמאלס געהאלטן
אין קורצע ווערטער צי האלטן מיר בשיטה אז ר' אליקום איז גערעכט ?
2) צי קען איינער מסביר זיין וואס איז די חשבון פין די עדה החרידת למעיקרא מאי קסבר
אין איין וואך ארויס געבן צוויי געגנגעזאצטע בריוון אין זיי זענען גארנישט מסביר
אויף אזא פאל זאגט די גמרא אויף אחשורש אז ער איז געווען א מלך טיפוש
3) צי קען איינער קלאר פארציילן וואס דארט גייט פאר באמת
ר' אליקום שרייט ער גראבט נישט
מייליך שטערן שרייט ער גראבט יא
בי"ד מאכט פורים
אויף וואס טענה'עט מען זיך דא
4) ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט אין די בי"ד נעמט זיך אן מייליך וואלט מיר אינז נישט אראפ
געריסן דעם בי"ד כבר היה לעולמים סאו פארוואס האט מען דא טענות אויף מייליכ'ען אינז וואלטן נישט בעסער געהאנדלען
טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות אין זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ
אפאר זאכן
1) די אישוי איז דא איז נישט הגאון רבי דוד שמידל שליט"א, וואס ער פרעזענדליך איז א גאר חשובער איד, און א מסירת נפש איד, נאר ער ווערט געשלעפט ביי אפאר נואפים שלעכטע מענשטן.
2) די גאנצע פרשה פון די בית החיים אין ווילנא איז נאר צו פירן א מערכה מיט הגאון רבי אליקים שלעזינגער שליט"א וויל ער איז אן אהרוני.
3) די מערכה פירט אן דער שמוציגער מיידלעך שטערן, און דער שמוציגער יונג יוסף בנימין רובין פון ירושלים וואס כידוע האט אים כ"ק מרן רבי משה ארי' פריינד זצ"ל ארוסיגעווארפן סוף ימיו פון סאטמאר ביהמ"ד, און געזאגט אויף אים אז ער איז א שייגץ מחררי ריב און א טמא'נער יונג, און דער אויסגעשפילטער טאג שטיפער מ. דאוידאוויטש.
4) עס איז נעבעך א רחמנות און א שאנדע וואס מען מאכט פון די קדושי עליון איצט פונעם הייליגען ווילנער גאון זצ"ל ועוד, און פריער פונעם הייליגען מאור ושמש זצ"ל אינעם בית החיים אין קראקא וואס די זאליס מאכן פון זיי א פאליטיק.
5) די זעלבע מערכה וואס זיי האבן געפירט אינעם בית החיים אין קראקא און איצט זעהט יעדער אז רבי אליקים איז גערעכט געווען, די זעלביגע מערכה פירן זיי איצט איבער די בית החיים אין ווילנא.
6) די בדי"צ העדה החרדית האט ארויסגעבען די ערשטע בריוו איז געווען נאכדעם וואס יוסף בנימין רובין מיט מ. דאוידאוויטש זענען געקומען שרייען ביים בדי"צ אז א רעפראם ראביי גראבט אינעם בית החיים אין ווילנא.
7) מרן רביה"ק בעל ברך מדה האט שוין געזאגט אויף די שמוציגע יונגען ביי די מערכה וואס זיי האבן געפירט קעגן קדמונינו און קעגן די בדי"צ העדה החרדית, און בראשם נגד מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, אז מיר דארפן טאן וואס מיר קענען צו ראטעווען די היייליגע קברים פון די קדושי עליון, און די קדושי עליון וועלן שוין קער נעמען און נקמה נעמען פון די רשעים.
דער שוידערלעכער ים חזיר אין מינוויל מיידלעך שטערן שרייבט אין דער שונד צייטונג דער איד
א בריוו ,אז מען טשעפט א תלמוד חכם (מיידלעך שטערן) אין דער חזיר מיידעלך איז גאר געווען א ערליכער בחור אין גאון ,רח"ל להרשיע את הצדיק נעמען אזא שייגעץ אין א מיניוול אין מאכן גאר אים דער וויקטים אין דער רחמנות
אין די זעלבע צייט וואס דער מינוויל האט געטשפעט דער וועלטס גאון ר' אליקום שליט"א
מיידעלך א חזיר בלייבט חזיר
יודעלעך שרייטס מיידעלעך שטערן חזיר
עס איז גוט אז ער נעמט זיך אהן פאר זיך אליין ווייל דער שוויין קערל מיינט אז עס איז נישטא נאך אזא ת''ח ווי ער , דאס איז וואס די וועלט טייטשט ''יהללך זר'' פרעמדע זאלן דיך לויבן ''ולא'' אבער טאמער נישט איז חאטשיק ''פיך'' זאלסט דיך דיין אייגענע מויל לויבן .