זייט מוחל און לייענט גוט דעם בריעף "שהנו כעת כולו בבעלות והנהלה חדשה", "מזונות מבין איז גענצליך אינטער נייע פירערשאפט און אייגענטומער" !
לא דום ולא יער !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! דער זעלבער איז פולער בעה"ב !!!!!!!!!! פרעגט אייך נאר גוט נאך ביי די ווייסערס.
איי שבת ??????????????????????????? תיקו !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס האקסטו אין א טשייניק
איך קען זייער גוט די נייע בעל הבית פון מזונות מבין ער איז נישט די זעלבע פון פארדעם
כ'קען אויך דעם "Front" בעל הבית, ב.
אבער פרעג זיך נאך ביי די וועד'ן וועלכע לאזען דאס נישט אריין אין ערגעץ.
אויך ביי די מוסדות התורה וועלכע ווילען דאס נישט נוצען צוליעב דעם.
דעמאלט וועסטו שוין זען אז כ'האק נישט קיינעם'ס טשייניק.
עס איז זייער אינטערסאנט צו זעין ווי מען האקט אויף התאחדות און ''אין גם אחד'' וואס האלט זיך אפ פון עס עסן דאס ווייזט אז מען מיינט עס נישט אמת'דיג מען מיינט נאר פאליטיק, די אמת לאמיתו איז אז די בי''ד איז טאקע קאראפטעט צוליב די פאליטיק וואס האט ליידער צובראכן די כח הרבנות און איצא טוט וואס ער וויל, אבער עס Effect נישט די הכשר ווייל דאס איז א אנדערע אפטיילונג וואס ווערט אנגעפירט דורך הר''ר הלל וויינבערגער שליט''א ו ער איז א בר סמכא און ער איז מיטן קאפ אויפן פלאץ דאס איז די סיבה פארוואס ''אלע'' ערליכע רבנים און דיינים נעמען עס אריין אין שטוב,
די סיבה פארוואס מ'האלט זיך נישט אפ פון עס עסן איז ווייל בי דערווייל איז נאך נישט דא קיין בעסערע הכשר.
התאחדות קומט זיך שלעק פאר אנדערע זאכען, דא איז געווען א אנדערע בעל מכשיר (וואלאווע) וואס האט געוואלט געבען דא השגחה אפילו אויב די אלטע בעל בית בלייבט איבער, און התאחדות האט איבערגעדרייט וועלטען אז ס'זאל נישט געשען ווייל דער בעה"ב האט פארלוירן זיין נאמנות, און צוויי אנדערע אינוועסטארס זענען אריינגעקומען און אזוי האט התאחדות מסכים געווען צו צוריק לייגן זייער השגחה
נחיתי איז גערעכט, איר קענט פרעגן אלע סוחרים אין עסן פראדוקטן אז ווער ס'קען האבן וואלאווע אדער נירבאטור, צו עדה, ביד"צ קרית יואל, און אפשר נאך אפאר השגחות וואס כ'האב פארגעסן קוקט אפילו נישט צו התאחדות, נאר ס'איז דא אזעלכע וואס קענען נישט נעמען די הכשרים למשל קליינ'ס אייז קריעם, וואס האט ממש געמאכט א פייער ווען מהדרין האט געעפנט מיט וואלאווע השגחה האט געמוזט נעמען התאחדות,