היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » נייע ישוב אין סוואן לעיק: בילדער

נייע ישוב אין סוואן לעיק: בילדער

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2451620

Kosher » 23/7/2008 15:01

בילדער: נייע ישוב אין סוואן לעיק

מער נישט חלום אדער פאנטאזיע. שטייט גאנצע סעקשאן אין סוואן לעיק. נישט אויף פאפיר. איעדער קאן קומען זעהן מיט די אייגענע אויגען.

איהר האט דא בילדער פון נייע afordable housing אין סוואן לעיק:

http://www.koshertravelinfo.com/forums/showthread.php?t=281

קייצית08 » 23/7/2008 15:27

הערליכע הייזער
ווען איך קען זיך אריבער פירן א הויז וואלט איך עס געטוהן

ארילייב » 23/7/2008 20:37

קייצית, וואו וואלסטו עס געפירט קיין הארלעם, בעד סטיי, טשיינעטאון, וומס, מאנרא ?

קייצית08 » 23/7/2008 22:34

נאר נישט מאנרא...דיע קאפ דרייעט מער זיך פון דיע שפיצלעך....

ארילייב » 23/7/2008 22:49

וואס? דו קוקסט אויף נשים, קוק נישט ווי מ'טאר נישט וועט דער קאפ זיך דיר נישט דרייען

קייצית08 » 23/7/2008 22:59

העלו?אויף וועמען ווילסטו איך זאל קוקן?

Kosher » 23/7/2008 23:15

Please, lets keep this post to the topic of new affordable homes in the mountains.

קייצית08 » 23/7/2008 23:23

Kosher כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
Please, lets keep this post to the topic of new affordable homes in the mountains.



ווער קען מער עס איברטייטשן ?

Kosher » 23/7/2008 23:36

אין אידיש: ביטע לאמיר בלייבען ביים נושא פון די שמועס.

בקיצור, צומיש נישט אריין אנדערע ענינים. ביטע האלטען די פאוסט צום ענין.

דאנקע פילע

ארילייב » 23/7/2008 23:43

גערעכט, גערעכט, גערעכט, ס'איז הצלת נפשות ממש, שוין נישט דא וואו צו וואוינען אפשר קען איינער מסביר זיין פארוואס אין ארץ ישראל גייט ארויף יעדע פאר טאג נאך א ישוב און נאך א ישוב, און דא אין אמעריקע איז אזוי ביטער שווער, מען מוז עפעס טון, אלע רבנים זאגן ס'איז די גרעסטע מצוה שבעולם און ווען ס'קומט דערצו ברעכט יעדער אונטער

לאנדסמאן » 24/7/2008 00:00

אמאל פלעגט יעדער זיך בויען אן אייגענע הויז, מ'האט צאמגענומען העלצער, צוזאמגעקלאפט, און געמאכט א שיינע כאטקע.

ארילייב » 24/7/2008 01:44

ווען אמאל ? איז דען יעדער געווען א בעל מלאכה, און פאר דעם האט יעדער אליין געמאכט זיין געצעלט, אבער לאמיר זיך האלטן צום לענסוויכטיגע נושא פון דירות, וואס מ'קען און וואס מ'דארף טון דערצו," קאושער" איז כשר גערעכט

Kosher » 24/7/2008 17:08

עס איז דא נאך א דעוועלאפמענט ממש נעבען די הייזער שוין approved בערך 60 דירות. נישט פון די זעלבע דעוועלאפער. עס איז א האלבע מינוט מיט קאר און בערך צוויי מינוט צופיס.

Kosher » 24/7/2008 17:22

Site plan from yet another new development coming to Swan Lake:

http://www.koshertravelinfo.com/forums/showthread.php?t=290

שמיי_דריי » 24/7/2008 21:58

אלעס זייער פיין און וואול, אבער איין זאך האב איך נאך ביז דערוויל נישט געהאט די זכיה צו פארשטייןץ פארוואס דארף יעדער שמויגער בויען ערגעץ?

אמת מ'דארף האבן אסאך הייזער אבער נישט אזוי סאך ווי מ'בויעט, אין ק''י שטייט יעצט ליידיג 200 300 הייזער אן קונים.

מ'דארף אביסל נעמן אין באטראכט אז מארגעטשעס איז יעצט שטערבליך שווער צו באקומען די עקספערטן זאגן אז 1 פון 30 וואס ארבייטן אויף די ביכער גייען דורך.

אבער עניוועי פיר איך נישט די וועלט בכלליות שון נישט זייער ביזנעס בפרטיות סא מילא קאן יעדערער באזונדער טאן לויט זיין געשמאק אן זיך בכלל רעכענן מיט מיין (פארשטינקענע אומגעבעטענע אומגעפרעגטע {ל''ק}) מיינונג דא אויפן פארק...

האטס מיר אלע א גוטן טאג.

קייצית08 » 24/7/2008 22:31

אוקיי
ענטשולדיג

ארילייב » 24/7/2008 22:57

לכבוד שמיי דריי, קודם כל וויל איך זאלסט וויסן אז ס'שטייען נישט צוויי דריי הונדערט דירות אין קרית יואל, כ'האב יעצט גערופן א דעוועלאפער אין קרית יואל, ער זאגט מיר אז ס'דויערט יעצט לענגער צו פארקויפן דירות, ווייל די דעוועלאפערס ווילן שוין זען די קרעדיט ביים קאנטראקט, ווייל וואס ס'איז געשען איז אז מענטשן קויפן דירות, און ווען ס'קומט צום קלאויזן קענען זיי נישט באקומען קיין מארגידזש, דעריבער ווילן זיך די דעוועלאפערס באזארגן אז זיי האבן גוטע קונים, און דער פראדוצור דויערט אביסל לענגער.
צווייטנס, די פרייז איז אביסל געפאלן און מ'קען שוין באקומען א דירה פאר ארום 150 דאללער א סקווער פיס, מיט דרייסיג דאללער ווייניגער ווי א יאר צוריק.
דריטנ'ס, גאר א גרויסער חלק פון כלל ישראל קען נישט גיין קיין קרית יואל צוליב כמה וכמה סיבורת שאין כאן המקום להאריך, ולמען האמת ווען איך האב ווען נישט קיין דירה אין בארא פארק וואלט איך יא געמופט קיין קרית יואל אבער לע"ע ברויך איך ב"ה נישט צוקומען דערצו.
ואחרון אחרון חביב, מען בויעט אין סוואן לעיק פאר אסאך ביליגער וואו אין קרית יואל, אין סוואן לעיק באקומט מען א סעמי דיטעטשט "הויז" פון קנאפע פיר טויזענט סקווער פיס, פאר אונטער 100 דאללער א סקווער פיס, און דערצו באקומט איר א שותפות אין דעם קאנדאמיניום ווא האט קרוב צו 100 עיקער, און זיי האבן א ביהמ"ד מיט א סווימינג פול, פלעי גראוינד אא"וו.

Kosher » 25/7/2008 00:07

שמיי דריי,

According to what yo right, this is now a buyers market, not a seller market.

So what is so bad that so many poeple are building?

Do you know how supply and demand works?

Kosher » 25/7/2008 00:07

Kosher כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שמיי דריי,

According to what you wrote, this is now a buyers market, not a seller market.

So what is so bad that so many poeple are building?

It only helps to bring more affordable houes.

Do you know how supply and demand works?

שמיי_דריי » 25/7/2008 00:33

איך בין נארוואס וואס יעצט אהיים געקומען פון ארבייט -איך בין ערליך מיט די "לאו" פון 9 טא 5- און איך וויל רילעקסן אביסל קום איך ארויף דא אויפן פארק צו זעהן וואס טוצעך אין די דרויסענדיגער וועלט, גיב איך א בליק זעה איך אז הרב ר' ארילייב שליט"א איז עפעס נישט אזוי געפאלן מיין מיינונג במילא וויל איך אים אביסל צוריק שרייבן און איפמערקזאם מאכן.
 א גוטן ר' ארי לייב, איך זעה (אויב איך זעה גוט...) אז איר האט נישט אזוי גוט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט ארויס צוברענגן, זייט עס האט זיך אנגעהויבן די ערענסטע מאנגל פון דירות זענען גלייך געוועהן (אזוי ווי אייביג) מענטשן וואס זיי זארגן זיך פארן וואולזיין פועם חשוב'ן המון עם (ציבור בלע"ז) און זיי זענען גלייך אויפעקומען מיט אויג פארכאפענדע פלענער אז מ'גייט בויען א נייע ישוב, שטעטל, וואון ארט, וכל אחד בשמו יבורך. איינער אין Middletown און א צווייטער אין סוואן לעיק א 3טער אין פענסילוועניע און א פערדער אין קאנעטיקוט. האב איך געמיינט צו זאגן אז זיי קענען נאך ח"ו אויסקוקן אזוי ווי יודי ג"ב מיט שיכון ברך משה ווי ס'פארקויפט זיך נישט קיינע דירות פאר קיין געלט נישט... אבער דאס אז מ'בויעט איז זיעער ש גוטע זאך און איך קען נאר זאגן איין זאך Keep on going with your good work

איז נאכאמאל כ'האב נאר געמיינט צו זאגן אז ס'איז גענוג ווען איינער בויעט און נישט אז די גאנצע שטאט דארף בויען פאר די גאנצע שטאט...

אבער צום ענדע, יעדערער קאן טאן וואס ער וויל אן זעך רעכענען מיט שמיי דריי'ס (פארשטינקענע אומגעבעטענע און אומגעפרעגטע) מיינונג...

שמיי_דריי » 25/7/2008 00:40

צו KOSHER די זאך איז אז דעי אלע לאזן נאר קויפן צו וואונען און נישט צו אינוועסטירן...

Kosher » 25/7/2008 17:00

שמיי_דריי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צו KOSHER די זאך איז אז דעי אלע לאזן נאר קויפן צו וואונען און נישט צו אינוועסטירן...


אמת... ברויך מען טאקע זעהן מיט עסקנים אדער רביים אז מען זאל פויעלען כאטש איין ישוב זאל זיין נישט פאר אינוועסטען נאר צו וואינען א גאנץ יאהר. אין דאס beneficial אויך פאר investor ווייל יעדער בר נש מיט שכל וואט זאגען אז אויב עס איז קאמיוניטי פאר גאנץ יאהר וועט בעסער פארקויפען זיך. זומער הייזער נישט גיטע ליין איצטער. נישטא פארלאנג מיט די שוואכע economy. משא"כ פאר גאנץ יאהר איז דא שארקע פארלאנג. פארשטייט זיך אויב וועט זיין פראקטיש פאר גאנץ יאהר.

מיר היימישע זענען נישט קיין rednecks. מיך ברויכען פיינע חדר, כשר גראסערי וכדומה.

אבער גיט א קוק אין סאוט פאלסבורג שוין דא 40 יאהר חדר מיט כשר גראסערי.

רעגולער » 27/7/2008 07:14

שמיי דריי, איינס פון דרייסיג מיט א גוטן נאמען באקומט מארגעדש? דו ביסט מיסאינפארמט!, כמעט יעדער מיט א גוטן קרעדיט קען באקומען א מארגעדש, דיפענדס וויפיל פראצענט פון די פורטשעיס, און וואסערע רעיט

ארילייב » 28/7/2008 22:50

שמיי דריי, קודם שכוח פאר אויסבעסערן דיין מיינונג, אבער איך האלט אז אזוי ווי די היסטאריע האט באוויזן אז ס'איז זייער שווער אויסצוארבעטן א נייער ישוב, במילא זאלן מערערע פרובירן אפשר וועט עפעס ווערן.
בדרך אגב, איך ווייס נישט פון פענסילוועניע גארנישט און נישט פון קאנעטיקוט, אדרבה לאז וויסן דעם עולם זאל מען גיין צו די בעסטע פלאץ,

געוואלד1 » 31/7/2008 01:32

בס"ד
האט שוין סוואן לעיק אן עירוב?

Kosher » 31/7/2008 18:15

There is an Eruv in almost all of Swan Lake.

ארילייב » 31/7/2008 19:58

ווייסט אפשר איינער וואס איז דער ועד עת לעשות, וואס האט אדווערטייזד אין קאמיוניטי קאנעקשאן און אויף קול מבשר ?

ארילייב » 13/8/2008 21:03

יעצט געזען אין די צייטונג, דעם זונטאג וועט זיין די "אפען הויז" פון סוואן לעיק, קומט און ברענגט אייערע פריינט, ווייבער און קינדער איר וועט הנאה האבן, איך זאג אייך איר האט נאך אזאנס נישט געזען

Kosher » 25/8/2008 21:08

גאר א גרויסע היימישע עולם געוועהן ברוך השם באקוקען די הייזער.

מען ברויך וויסען אז שלום קויפמאן איז נאר איין דעוועלאפער אין סוואל לעיק. עס איז דא נאך אפאר נייע דעוועלאפמענטס פאר א גאנץ יאהר וואס קומט ארויס גאר בקרוב. די גאנצע געגענט ארום וועט אי"ה זיין געאייגענט פארן היימישען עולם.

שפיטצער06 » 28/10/2008 00:38

...