היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » וויאזוי קען מען באקומען א היי-סקול דיפלאמע?

וויאזוי קען מען באקומען א היי-סקול דיפלאמע?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2451038

משהיונה » 22/7/2008 18:53

אזוי ווי עס איז געקומען די צייט אז איך זאל ארויסגיין שאפן אביסל ברויט און פוטער פאר מיין משפחה, קלער איך אז איך זאל זיך גיין לערנען א פאך.
אבער כדי אריינצוגיין אין די קלאסן, פארלאנגען זיי א היי-סקול דיפלאמע. ווייסט איינער וויאזוי מען קען באקומען אזא זאך?
(די ישיבה וואו איך האב געלערנט איז נישט אפיציעל.)

ארילייב » 22/7/2008 23:17

אין וועלכע שטאט וואוינסטו ?

משהיונה » 23/7/2008 00:37

איך וואוין אין ניו יארק סיטי.

אידן טייערע, ווייזט ארויס אייער מידת החסד דורך מיר צואווייזן וואס איך דארף טאן. אין דערנעבנדיגע אשכולות איז מען דן איבער דעם ארטיקל וואס איז ערשינען אין דעם ניו יארק מאגאזין וואס מאלט אונז אראפ אין זייער א מיאוס'ן ליכט.
מיר אלע זענען פארנומען אנצואווייזן ווי שלעכט-גענויגט דער שרייבער פון דעם ארטיקל איז, און אז ער איגנארירט די פענאמענאלע חסדים טובים וואס מיר חסידים זענען פארנומען צו טאן מבוקר עד הערב.
אלזא, ווייזט ארויס אייערע חסד-טאלאנטן וואס איר האט גע'ירש'נט פון אונזער זיידע אברהם אבינו, און טוט מיט מיר א חסד ואמת דורך ארויסהעלפן אין מיין דילעמא.
יישר כח.

משהיונה » 24/7/2008 00:23

כ'זיץ און איך ווארט, כ'געפון זיך אין א דילעמא. שוין איבער א טאג זינט כ'האב דא ארויפגעשטעלט מיין בקשה און קיינער האט זיך נאך נישט אנגערופן.
עורו ישנים משנתכם! רבותי, א איד ווארט פאר אייער הילף!
לאזט מיך נישט אויפ'ן וואסער.

לאנדסמאן » 24/7/2008 00:41

כ'בין זיך משתתף אין אייער צער, אבער איך קען אייך ליידער נישט ארויסהעלפן, וויבאלד איך געפין זיך נישט אין די א.ג ''גאלדענע מדינה'', אבער ווי איך זעה שעפט מען נישט דארט קיין גאלד...

דעריבער קען איך זיך נישט אויס, אבער אנדערע אידן ווערן טאקע געבעטן ארויסצוהעלפן א איד, ולמצוה גדולה יחשב.

און מיר בלייבט נאר איבער אייך צו וואונטשן, איר זאלט האבן שלמה המלך'ס חכמה, און קורח'ס אוצר...  

כל טוב וטוב.           

תוקן על ידי לאנדסמאן ב- 24/07/2008 1:11:31

ארילייב » 24/7/2008 01:22

דו מוזט אויפזוכן אן אפיציעל סקול וואס דו האסט עפעס א שייכות דערמיט, צו דו דאוונסט אין א ביהמ"ד וואס געהער צו די קרייז וכדו', טראכט פון דיין טאטנ'ס משפחה, שווער'ס משפחה, אפשר האסטו א קרוב אדער א חבר אן עושר וואס גיט שיין געלט פאר א מוסד, און די הנהלה פון יענע מוסד דארף דיר קענען העלפן צו מאכן דיין ישיבה פעפערס אפיציעל, בכלל איז מיר שווער צו גלייבן אז דיין ישיבה האט נישט געהאט קיין קאלעדזש פראגראם אויף דיין נאמען, אינטערעסיר זיך בעסער, און לאז דיך נישט פארפירן, זיי האבן דיך כמעט זיכער איינגעשריבן ערגעץ, אויב גארנישט העלפט נישט, פרוביר צו רופן 311 און זאג זיי דברים כהוייתן איך בין כך וכך יאר, און איך זוך א דזשאב, איך האב געלערנט אין א רעליגעזע סקול, און יעצט וויל איך נעמען עדיוקעישאן, איך דארף האבן א הייסקול דיפלאמע, ס'איז זייער מעגליך אז זיי וועלן דיר קענען העלפן, לאז אונז וויסן וואס טוט זיך

zamilenger » 24/7/2008 01:49

גיי צו TouraCollege אויף 53 גאס צווישען 17-18 זיי וועלען זיכער וויסען ווי מען גייט צו צו דעם.

די UJO אדער UJCO (זלונים אדער ארונים, גיכער די ארונים וועסט שנעלער באקומען הילף) קענען די העלפען.

עס איז דא ספעציעלע פראגראמען אויף דעם.

משהיונה » 24/7/2008 04:33

א דאנק אייך ארילייב און זאמילענגער פאר'ן זיך אנרופן, און א דאנק פאר לאנדסמאן פאר'ן זיך משתתף זיין מיט מיין צער.
ארילייב,
די ישיבה גדולה וואו איך האב געלערנט האט גענומען קאלעדזש פראגרעם אויף מיר, אבער טאקע דאס איז דער פראבלעם - די ישיבה איז פארשריבן אלס א קאלעדזש, און איך דארף האבן א "הייסקול" דיפלאמע. און ווי איראניש דאס קלונגט איז מיין ישיבה קטנה פארשריבן אלס אן עלעמענטרי סקול. בלייב איך אויסגעשפילט פון ביידע זייטן.
דו ווייסט אפשר איינער וואס טוט דאס פאר אפאר טאלער?

ultrayid » 24/7/2008 05:03

קענסט נעמען עפעס א טעסט, און די וועסט נישט דארפען קיין היי סקול דיפלאמא.

משהיונה » 25/7/2008 04:40

איך וויל זיך פארשפארן דעם טעסט. אויב איך וועל נישט האבן קיין ברירה וועל איך עס מוזן נעמען.
איינער ווייסט עפעס אינפארמאציע איבער דעם טעסט? איז עס שווער? קען עס א מענטש מיט א חרדישן חינוך דורכמאכן?

ultrayid » 25/7/2008 05:14

איך האב עס קיינמאל נישט גענומען, אבער איך הער אז עס איז נישט אזוי שווער. דארף קענען אביסעל רעכענען מיט ענגליש.

אויכט עס איז געווארען סאך שווערער צו באקומען די פאלטשע דיפלאמע'ס

חכםעטיק » 25/7/2008 17:45

אויב די ישיבה האט גענומען קאלידזש פראגראם מוזן זיי האבן אין פייל א היי סקול דיפלאמע פאר דיר, ווייל מ'קען זיך נישט איינשרייבן אין קאלידזש אויב מ'האט נישט גראדזואירט היי סקול מיט א דיפלאמא, גיי צו די ישיבה פארלאנג עס זייער שטארק פון זיי, די ישיבות האבן נישט קיין חשק עס ארויסצוגעבן צוליב פארשטענדליכע סיבות, אבער ע"פ יושר און געזעצליך זענען זיי מחויב עס ארויסצוגעבן ,איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם איך האב עס צום סוף באקומען

רעגולער » 27/7/2008 07:08

לעבטס נישט אין קיין חלומות! נישטא אזא זאך ווי באקומען א היי בקול דיפלאמע אויב האסטו נישט געענדיגט היי סקול, קיין שום סקול אדער מוסד וועט נישט פעלשן קיין דאקומענטן פאר דיר. אויב האסטו געלערנט אין א היי סקול (ישיבה) מוזן זיי דיר געבן אזא דיפלאמע, אויב זיי קענען נישט, ארבעטן זיי זיכער אונטער א אנדערע מוסד וואס קען יא געבן, זיי מוזן דיר העלפן.

בומי » 29/7/2008 17:15

רעגולער איך מיין אז די מאכסט א טעות אויב זיין ישיבה איז פארשריבען אלץ א קאלעזש האבען זיי פין א היי סקול דיפלאמע ווילל אויב נישט וואלט ער נישט געקענט אריין אין זייער קאלעזש ממילא אויב ער וועט שטארק מיטשען וועלען זיי אים דאס ארויס געבען קאפיזש?

ארילייב » 29/7/2008 21:00

אנטשולדיג מיר, איך האב נישט געקוקט אויף דעם אשכול די לעצטע וואך, איך וואלט אייך געראטן צו רעדן מיט אדמישאנס פון טורוי קאלעדזש, זיי וועלן אייך זאגן וואס צו טון, איך בין אדורך די גאנצע פראצעדור און געלערנט איין זמן אין טוראוי, זאג זיי פון וועלכע ישיבה דו קומסט, זיי וועלן דיר גערן זאגן וואס צו טון, אויך האב איך געהערט אז ס'איז דא עפעס א פראגרם אין די גרויסע IDT קאמפאני, אינטערעסיר זיך גוגל זייער אינפארמעישאן, לאז אונז אלע וויסן וואס דו האסט געטון

משהיונה » 19/8/2008 22:34

א דאנק טייערע אידן פאר'ן מיך ארויסהעלפן.
כ'האב ב"ה מצליח געווען צו באקומען א בריוו פון א ישיבה אז איך האב דארטן גראדואירט הויך שולע, און עס איז אנגענומען געווארן. כן יעזור ה' להלאה.

ארילייב » 19/8/2008 22:49

איז דאס געוען א ישיבה וואס דו האסט שייכות מיט זיי אדער האסט געמאכט א פרישע שייכות, וד"ל

שמיי_דריי » 20/8/2008 03:40

אויב האסטו געלערנט אין סאטמאר איז נישט מעגליך אז זיי זאלן עס אננעמען ווייל אפילו דו האסט א דיפלאמע איז עס גארנישט ווערד ווייל דו האסט נישט געלערנט לימודי חול און צו באקומען א דיפלאמע אז ס'זאל דיר העלפן נישט צו נעמען די אזוי גערופענע שווערע טעסט (וואס הגם איך האב עס געמאכט און ס'גארנישט שווער) מוזטו האבן געלערנט לימודי חול ווי למשל ענגליש און רעכענען וואס דאס איז די טעסט פאר, און סאטמאר לערנט נישט לימודי חול ממילא העלפט עס א רעטעך.

און איין קלייניקייט וואס כ'זעה אז דערוילעם האט נישט ארויס איז אז ישיבה גדולה איז נאר א קאלעטש און נישט קיין היי סקול די היי סקול איז פון נאך כתה ט' ביז די 17 יאר און די דיפלאמע וואס מ'דארף האבן איז נאר פון דעם און ס'האט גארנישט מיט -נישט קיין חילוק וועלעכע- ישיבה גדולה.

ארילייב » 20/8/2008 20:35

מיינע קינדער האבן געלערנט אין סאטמאר (בפ) און באקומען א דיפלאמע צו גיין קיין טוראוי, זיי האבן געדארפט האבן א טעסט, און זיי האבן עס אלע געפעסט, איך ווייס נישט אויב דאס איז די טעסט פון וואס דו רעדסט, אבער ס'איז נישט געווען געפערליך

שמיי_דריי » 22/8/2008 09:04

Your kids had to take this test by torah collage cuz they learned in satmar and they have no credits i know from a friend of mine what he also learend in satmar and he had to take the test to be able to go to collage and BTW he told me that it wasent so hard the test you only have to know a little bit grammer and math and 95 precent of ppl are passing this test very easyly